| נשלח ב-2/9/2005 19:12 |
|
| |
Is It A Coincident?
דאס האב איך געטראפן אין עפעס א בלאג סייט.
עס טוט אויסדריקליך נישט רעפרעזענטירן די מיינונג פון די רעדאקציע...
On August 15, 10,000 patriotic Jews were expelled from their homes
and made refugees in their own country. This was done to fulfill the
dictates of the US-sponsored Road Map to Peace.
There are approximately 6 million people in Israel.
10,000 divided by 6,000,000 equals 0.00167
Two weeks later, Hurricane Katrina hit New Orleans in the southern
United States, and laid waste and complete desolation to the City of
New Orleans. New Orleans has a population of 500,000. US News agencies
are openly calling those displaced by the hurricane "refugees."
There are approximately 300 million people in the United States.
500,000 divided by 300,000,000 equals 0.00167
Coincidence?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2005 19:15 |
|
| |
דאס שטימט מיט די שיטת השילוב פון ר' דוד בצרי, לויט ווי עס איז מבואר אין די כתבים פון דעם צודרייטען שויתי'ניק אין אייכלער'ס ספרים געשעפט, עי' אשכול אחר.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2005 19:18 |
|
| |
איך זעה נאך נישט וואו עס קומט דער קאץ איבערן וואסער
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2005 19:20 |
|
| |
דער קאץ קען נישט אריבערגיין דאס וואסער ווייל דער "לעווי" האט זיך איבערגעבראכן אין ניו ארליענס... אוי... שיער נישט געשריבן "גוש ארליענס".
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2005 21:16 |
|
| |
מען האט אביסל פארדרייט די נאמבערס אינטערן מאסק פון ״בערך״ כדי מען זאל האבן גוטע סחורה פאר די װאס גלייכן קאנספירעסיס.
אין איזראל װאױנען 6,725,000 מענטשן און מען האט פארשיקט 8,500 מענטשן פון די שטחים.
אין אמעריקע איז יעצט דא 296 מיליאן מענטשן, 300,000 פון די 500,000 איינװאינערס פון ניו ארליענס האבן פארלוירן זייערע היימען.
יעצט מאך איבער די חשבונות און קוק צו עס איז נאך דא א מעשה דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/9/2005 21:29 |
|
| |
איך האב א צווייטע גימטריא וואס "קליקט" אביסל בעסער.
די דייטשן ימ"ש האבן אויסגע'הרג'עט בערך 6,000,000 אידן.
מדינת ישראל באשטייט פון בערך 6,000,000 מענטשן. אפשר האט דאס שייכות צו דעם וואס הגה"צ ר' מיכאל בער ווייסמאנדל (און נאך גדולי ישראל) האט געשריגן אז די ציונים ימ"ש זענען שולדיג אין דעם גאנצן שואה.
איך מיין אז דאס לייגט זיך בעסער אויפן שכל...
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 00:26 |
|
| |
אנטשולדיג בן מלך (מסתמא א רביש אייניקעל)
איך האב פאר דיר נייעס אין די אלטע היים איז געווען גענוג עבירות חוץ ציונות, בהדי כבשי דרחמנא למה לך.דוק ותשכח. און וועגען וועלעכע גדולים פונקטליך רעדסטו, ר' מיכאל בער האט גאזאגט אז זיי האבען גשעטערט זיין ארבעט אבער נישט אז זייערע חטאים האט געברענגט דעם חורבן. הער אויף מיט מסלף זיין דעם אמת וועגען די אייגענע אינטערעסען.
און ר' מיכאל בער וואלט מסכים געווען הונדערט מאל צו א מדינה כדי צו ראטעווען איין איד, ער וואלט זיכער נישט מתפלל געווען היינט אז די מדינה זאל אינטערגיין ח"ו, און א ודאי נישט געגאנגען מיט די אראבער.
ר' מיכאל בער האט ליב געהאט "אלע" אידן, דעם גאנצען "כלל ישראל" ער איז נישט אן ענקעריגער. סארי.
תוקן על ידי - aaatozzz - 05/09/2005 0:33:42
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 00:43 |
|
| |
צוריק צום ענין:
במשך די אלע מלחמות האט אמעריקע אויסגע'הרג'ט א ניינטל פון די וועלט'ס באפעלקערונג (אריינגערעכנט די ספאנישע מלחמה, ציווילע מלחמה, ערשטע און צווייטע וועלט מלחמה, און קארעא מלחמה, און די וויעטנאם מלחמה, און די אפגאניסטאן און איראק מלחמה, און נאך און נאך) בערך.
יעצט איז הויפט ריכטער רענקוויסט געשטארבן, א ניינטל פון די סופרים קאורט ריכטער.
קאו-אינסידענס?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 01:06 |
|
| |
א גוטן חודש אאטאזז.
דו ביסט געווארן צו ערנסט און גאר שטארק פארקראכן, דו האסט פארגעסן וויאזוי די אשכול האט זיך אנגעהויבן.
איינער פון אונטערן "דאכענע" איז ארויסגעקראכן, און געמאכט עפעס א פאראדאקס מיט גימטריאות, געמישט און געקנעטן קאלטס און ווארעמס, אן הענט און אן א קאפ. וואס איז אפשר גוט געווען פארגאנגענעם פורים המשולש נאכן טרינקן. און געמאכט דערפון א אשכול.
בין איך געגאנגען מער ווייניגער לשיטתי' אין זעלבן ליניע אויף א צווייטע בחינה, וועלכע קלאפט א קאפיטשקעלע בעסער.
ובנוגע די שיטה פון רבי מיכאל בער זצ"ל, מעגליך אז עס וועט דיר זיין ווייטאגליך, אבער נעם דיר די אומץ און עפן א ספר "מן המצר", ווי דו וועסט געפונען פיל מער ווי איך האב דא היינט צוגעברענגט. דו וועסט דיך קענען געהעריג אנזעטיגן די שביעה והותר..
וליתר שאת, ס'האט געלעבט דא אין אמעריקא א גרויסער גדול בתורה בעבודה ובמעשי החסד, ער האט געהייסן רבי יואליש ט"ב זצ"ל, און ער האט קלאר אזוי געזאגט ברבים כמה וכמה פעמים, אז די קריג איז געקומען צוליב די מרידה בהקב"ה פון די ציונים. און אינטערעסאנטער איז. עס איז געווען א איד א גדול הדור , ער האט געהייסן דער סאכאטשאווער גאון, אדער ווי מ'רופט אים היינט דער "אבני נזר", און ער האט געשריבן עטליכע בריוון אין די אומרואיגע צייטן פארן קריג, אז די כת וואס רופן זיך "ציונים", זענען אין דעם אלעם שולדיג.
און בעפאר דו ווילסט חס ושלום ווערן ווילד און צוריק ענטפערן, וועל איך דיר געבן א פלאץ ווי דו קענסט עס אליינס זען בעפאר דו ענטפערסט עפעס צוריק. עס ווערט אראפגעברענגט כצורתן אין ספר "משכנות הרועים" ח"א.
און בחדא מחתא וועסטו זיך אויך קענען דערקוויקן דארט צו זען נאך א ריי פון גדולי ישראל זי"ע וועלכע האבן געזאגט איינס און דאס זעלבע.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 01:09 |
|
| |
איך וואלט בעצם מסכים געווען אז עס איז געקומען אמעריקא דעם עונש אויף נוי אורלינס (אפילו אויב די נומערען שטימען נישט), ווען אמעריקא וואלט שולדיג געווען אין די גאנצע התנתקות, למעשה אבער, זעה איך נישט ווי אמעריקא איז שולדיג אין דעם, די מדינה האט עס געטוהן אליינס, אפשר וואלט זיי געקומען א מבול צוליב דעם עונש.....
תירוצים אויף א מבול דארף מען נישט, אלע עבירות פין דור המבול איז דא אין אמעריקא, אנגעהויבען פין גזל, וואס הן די מענטשען זענען גזלנים בכל פסיעה ופסיעה, הן די גאווערמענט גנב'ט פין די מענטשען (אנגעהויבן פין די פארקינג טיקעטס, ביז די הויכע שטייערען), און זנות דארף מען נישט מסביר זיין.
איין מעלה איז דא אין אמעריקא, אז עס איז מלכות של חסד, און עס גיט פרייהייט אויף רעליגיע, און אונז אידען קענען מיר פראווען "אלע" אונזערע מנהגים און מצוות אהן קיין שום מניעות. הן אמת, עס איז א גרויסע מעלה, אבער די חסרונות וואס מען האט אויסגערעכענט פריער זענען גאר שטארק, און אזוי ווי געזאגט, נישט בעסער פין דור המבול.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 19:12 |
|
| |
ווי רש"י הקדוש זאגט:
כל מקום שאתה מוצא זנות, אנדרלמוסיא בא לעולם והורגת טובים ורעים. ע"כ. ה' יצילנו.
ניו ארליענס איז ליידער באוואוסט צו זיין פון די גרויסע צענטערן פון אויסגעלאסנקייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 06:48 |
|
| |
בן מלך,
סתם פאר נייגעריקייט, ווי איז באוויסט? פין ווי נעמסטו דאס?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 06:55 |
|
| |
בארא פארקער; די שטאט ניו ארליענס איז באקאנט מיט איר אויסגעלאסענע "מארטי גרא" יערליכע פאראדע, ואידך פירושא זיל גמור.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2005 00:22 |
|
| |
לכבוד בן מלך.
די כת הקנאים וואס נוצן יעדען רמז און מאכען פון דעם גאנצע עיקרים, דאס איז אלץ אינטערעסען וואס עס איז א שאד צו טעהנ'ען איבער דעם.
וואס א גדול דריקט זיך אויס איך מיין למשל דער אבני נזר איז געגליכען ווי איינער זאגט אז די און די צרה איז געקומען ווייל מען רעד ביים דאווענען, נו קענט איר וועגען דעם רופען דעם וואס רעד ביים דאווענען צו דין תורה?
אויך זיינען דא היינט רבי'ס וואס אנדערע רבי'ס האבען געזאגט אויף זיי גרויסע זאכען, און איך בין זיכער אז די האלסט אז זיי טויגען אויף ......
די גזרה פון די צווייטע וועלט קריג איז בהדי גנזי דרחמנא און ווער עס זאגט א סיבה איז נאר כדי מסביר צו זיין דעם חומר הענין פון די סיבה נישט ווייל דאס איז סייענטיפיקלי אמת.
עס איז דא א גאנצע עמוד גמרא אין מסכת שבת ל"ג ע"א אויף אלע מיני פורעניות רח"ל און די סיבה פארוואס עס קומט, דאס איז א ודאי בעיקר כדי מען זאל נישט נכשל ווערען אין די עבירות, נישט ווייל די גמרא וויל אונץ לערנען דעם רבש"ע'ס וועגען, ווייל סוף סוף איז דאך דא צדיק ורע לו.
חוץ מכל זה זיינען רוב וואס רופען זיך קנאים אליין גוט נכשל אין דעם ענין פון ציונות און זיי נוצן נאר דעם ענין צו האבען מיט וואס צו בארעכטיגען די אלע שטיק פון זייער לאגער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2005 01:14 |
|
| |
אאטאזז, צוריק צום ענין. מיין תגובה איז נאר געווען ארויס צו ברענגען דעם פורים קטן פון "דאכענע", אין א בחינה פון להלכה ולא למעשה, און אז מ'האט שוין גערעדט האב איך זיך אביסל צוברייטערט. און דו וועסט דאך מודה זיין אז יעדער מעג האבן זיין מיינונג, ריכטיג??
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2005 20:23 |
|
| |
מצורף קובץ Chachamg
------------
הרב עובדיה יוסף Katrina is a punishment for U.S. President
Shas spiritual leader Ovadia Yosef: Hurricane Katrina result of Bush's support for disengagement, failure of New Orleans' black residents to study Torah. 'This is the punishment for what Bush did to Gush Katif,' rabbi says

|
|
|
|
|