|
|
| נשלח ב-4/9/2005 08:15 |
|
| |
הויפט ריכטער רענקוויסט טויט
יעצט קומט די מעלדונג אז דער הויפט ריכטער פון די סופרים קאורט אין די פאראייניגטע שטאטן "וויליאם רענקוויסט" איז אויסגעגאנגען פון זיין מחלה.
פרטים יבואו.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/9/2005 08:29 |
|
| |
ברוך "דיין" האמת!
|
|
|
|
| נשלח ב-4/9/2005 08:55 |
|
| |
לכבוד דזשיד
ווען א גוי שטארבט זאגט מען אויך א ברכה?
"ואויבנו פלילים"
|
|
|
|
| נשלח ב-4/9/2005 20:12 |
|
| |
פארפאלען עס גייט גוט פאר בוש'ן
|
|
|
|
| נשלח ב-4/9/2005 22:01 |
|
| |
נישט אזוי זיכער. לאמיר זען וואס גייט זיך אפקאכן אין סענאט ווען ער וועט וועלן אויפנעמען א נייע ריכטער, און אויב ער וועט עס קענען באווייזן איידער זיין נאכפאלגער וועט אים איבערנעמען (מעגליך גאר א דעמאקראט)
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 01:00 |
|
| |
יאגעלע זיי נישט קיין נער, בוש האט נאך צו זיין 3 יאר אין אמט אין א ריכטער דארף ער שוין האבן ביז 2 חדשים , העכסטנס וועט זיך עס פארציען אביסעל אבער עס דארף זיך ענדיגן אין גיכן
אין פארגעס נישט בוש גייט יעצט אפאנען 3 שטעלעס אין סופרים קארט 2 ריכטער אין א טשיף זדשאסטיס עס גלייבט זיך שווער אז די דעמאקראטן וועלן קענען אלעס שטערן עס וועט זיך שלעכט אפרופן ביים המון עם, אפילו אויב בוש אפאנט קאנסערוויטיווער ריכטער אין בוש ווייסט דאס זייער גוט אין נאך מער די דעמאקראטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 01:13 |
|
| |
אנאליסטן זאגען אבער אז היות בוש'ס פאפולאריטעט פאלט צוזאמען מיט די וואסערן אין ניו ארליענס אדאנק די פארנאכלעסיגטע הילף פון די רעגירונג וואס האט זיך זייער פארזוימט צו קומען נאך 'קאטרינא'. וועט בוש ענדערש איינגיין אויף פשרות מיט די דעמאקראטן כדי צוריק צו געווינען עפעס אנערקענונג ביי די אויגן פון פאלק.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 01:53 |
|
| |
וואס האט בוש' פאפולאריטעט מיט זיין כח אין סענאט?
דאס קען זיין א פראבלעם אין 06 וואלן, אבער כרגע האט ער א שטארקע רוב אין דארף נישט קיין דאמאקראטישע טובות.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 03:03 |
|
| |
איך מיין אז בוש האט יא דערלייגט.
פאקטיש, וועט ער זיך אויך נישט קענען צופיל איינרייסן מיט די דעמאקראטן, ביי צוויי ריכטער אויפאמאל, ובפרט אז זיין פאפולאריטעט איז ערגעץ צווישן די איראקער מלחמה און דעם האריקעין (נישט פארגעסן די געזאלין פרייזן...).
און ווען ער וואלט ווען יעצט געקענט האבן אריינגעשטעלט א קאנסערוואטיוון ריכטער אויף אקאנער'ס פלאץ, וואלט ער ווען שפעטער אויך אפשר געקענט אריינשטעלן א קאנסערוואטיוון ריכטער אויף רענקוויסט'ס פלאץ.
אבער יעצט וועט ער מוזן אריינלייגן לכל הפחות איין מעסיגן ריכטער, וואס מיינט אז דער געריכט וועט בלייבן פונקט ווי ביז יעצט, און אפשר גאר זיך מער רוקן אויף לינקס - ווענדט זיך אין די מעסיגקייט פון דעם מעסיגן ריכטער (אקאנער איז געווען היפש פארטייאיש געשטימט).
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 05:25 |
|
| |
עפשטיין
בוש האט נישט אזא שטארקע רוב אין סענאט.
א שטארקע רוב אין סענאט, איז ווען ער האט 60 אדער מער.
דער סיבה פארוואס זיין פופולערקייט איז א נושא "יעצט",
איז ווייל די עיקר מיטל וואס די רעכטע האבען געהאט, געגען א פיליבוסטער, איז געוועהן דער אזוי גערופענע "נוקלער אפציע".
דער אפציע, איז נישט אזוי אהנגענעם ביים אמעריקאנע פאלק, ווייל עס זעהט אויס אביסעלע דראסטיש...
און ממילא, אויב דער פופולערקייט זיינע איז שמאל, וועט דער עולם נישט אהנקוקען מיט א גוט אויג די מערכה,
און ס'ווען איהם קאסטען אסאך אין די מידטערם עלעקשענס.
ודוק ותבין.
דזשיד
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 07:14 |
|
| |
ווער קען פרעדיקטן וואס בוש וועט זיין מסוגל צו טון כרגע?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 20:39 |
|
| |
בעת הויפט ריכטער רענקוויסט'ס קערפער איז נאך ווארעם (לויט די קאנסערוואטיוון, ווייל לויט ליבעראלע האט ער אלץ קאנסערוואטיווער נישט פארמאגט קיין טראפן ווארעמקייט אין זיך בחיים חיותו אויך נישט) האט שוין בוש געמאלדן אז ער נאמינירט דזשאן ראבערטס אלס "הויפט-ריכטער" פונעם סופרים קאורט.
דער באשלוס איז אויפגענומען געווארן מיט איבעראשונג, ווייל דער דעת הקהל איז געווען אז בוש וועט ממנה זיין דעם קאנסערוואטיוון אנטאנין סקאליע אלס הויפט-ריכטער. זעהט אויס אז בוש האט זיך טאקע עטוואס דערשראקן פון זיינע שוואכע צייגונגען אין די נאציאנעלע אנקעטעס, און וויל געפעלן די מיטלמעסיגע טייל פונעם פאלק.
אנאליזירער זאגען אז סקאליע איז פשוט נישט געאייגנט פאר אזא סארט פליכט אנצופירן דעם סופרים קאורט, ער איז נישט אויסגעשטעלט צו זיין א גוטער ארגעניזירער און אנפירער פון א סדר היום.
דער אנדערער אויף וועמען מאנכע האבן געלייגט אן אויג איז דער שווארצער ריכטער טאמאס וועלכער גייט אריין אינעם 'וועלט בוך פון רעקארדס' אלס דער וואס בלאזט די לענגסטע... ווייל זינט זיין באשטעטיגונג אלס סופרים קאורט ריכטער האט עס נאכנישט געעפענט זיין פיסק אין געריכט הויז אלס 'טראץ' אויף די שווערע נאמינאציע און קרייץ פארהער וואס ער האט דורכגעמאכט אין סענאט.
אבער זעהט אויס אז בוש זוכט נישט קיין שותק אויפן הויפט ריכטער שטוהל. אדער האט ער פשוט פיינט די שווארצע... אזוי ווי די חברה פון לואיזיענע טענה'ן אז ער איז גאר געווען דער וואס האט אהינגעשיקט די האריקעינס מיט די פארפלייצונגען צוליב זיין האס פאר שווארצע.
=געמאלדן דורך ק.נ.א.=
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 22:51 |
|
| |
וואס זענען די קוואליפיקאציעס פון זשאן ראבערטס ?
ווי קאנסערוואטיוו געשטימט איז ער?
הייסט דאס א מלחמה פון בוש קעגען די דעמאקראטן?
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|