|
|
| נשלח ב-5/9/2005 19:41 |
|
| |
אויפקלערונג
דער JRELOCATE, כבודו במקומו מונח, האט נישט אין פארטרעט נישט איחוד הקהילות. אין א שמיעס מיט ר' שמואל בנימין שטיין, (ער האט געגעבן רשות מפרסם צו זיין בשמו) וואס ער שטייט בראש, מיט נאך עסקנים, פין דער איחוד הקהילות, האט ער קלאר געמאכט אז JRELOCATE איז נישט דער SPOKESPERSON פין איחוד הקהילות אויך איז ער נישט א מיטגלידער פין דעם ארגעניזאציע.
עס זענען פארהאן אפאר גרופעס מיט עסקנים וואס טיען אין דעם. אשרי להם ואשרי חלקם. איחוד הקהילות, וואס איז למעשה געוועהן די ארגעניזאציע וואס האט געטיען אין טיט נאך אלץ דאס מערסטע בנושא, האט אבער גארנישט מיט JRELOCATE אין נישט מיט די YAHOO GROUP.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 19:57 |
|
| |
אה מען קריגט זיך שוין.
יעצט קומט באמת א הצלחה.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 20:02 |
|
| |
אבער קוטשמעלע לעבן, אפשר טוט איר א מצוה, און איר ברענגט ארויף דא הרב דייטש?
אפשר קען ער אביסעל קלארער מאכען וואס די פלענער זענען, מיט עפעס א טיים פרעים?
און צו הרב jrelocate, ביטע זיך נישט דעשרעקען פון עסקנים וואס פרואווען דיר איינצורעדען, אז זיי טוהן מער ווי דיר,
קיינער האט נישט א מאנאפאל אויף עסקנות.
אדרבה, מינהון ומינך ירווח שמעתתא.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 20:28 |
|
| |
לדעתי טאמער איינער האלט ביים טוהן אין דעם, איז געגאנגען, זאל ער טוהען, ד.ה., קויפען א שטח און אנהייבען די מערכה.
די אלע שלעפעריי מיינט אז ער וועט זיך אויסלאזען מיט נאך אביסעל שלעפעריי.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 20:56 |
|
| |
דשזיד לעבן, פארוואס די דארפסט ארויס נעמן דיינע גרויסע כלי זיין דא אזויוי די טיסט אויף אנדערע פלעצער פארשטיי איך נישט. מאנאפאל אויף עסקנות? איך האב קלאר געשריבן אשרי חלקם. עס איז נישט פארהאן קיין שום חליקה, מחלוקה, פוליטיק, שנאה, אדער דאס גלייכן. אז די מיט דיינע חברים ווילן מאכן לעבעדיק, אדרבה, איך וויל עס אבער צום צווייטן מאל קלאר מאכן אז נישט דאס האב איך געזאגט. איך האב סך הכל געזאגט אז איחוד הקהילות האט גארנישט מיט די YAHOO GROUP אין ווערט נישט פארטרויטן דורך JRELOCATE.
אין צום צווייטן מאל, אפשר יעצט וועט עס דיך אריין גיין אין קאפ, כבודו במקומו מונח, אין יעדער וואס טיט קומט זיך א יישר כח.
בנוגע א "טיים פרעים" ר' שמואל בנימין שטיין (ווער דייטש איז ווייס איך נישט) האט עס קלאר געמאכט אז מען ארבעט פלייסיג, אפילו מען זעהט נאך אויף דער ווייל נישט קיין באלדע רעזולטאטן. די זאכן נעמן צייט אין מיה אין עס איז נישט במציאות צו זאגן א טיים פרעים. ובעזרת השם נעשה ונצליח.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 20:58 |
|
| |
דער פראבלעם/פאבלעמען וואס שרייט און פאדערט אויף א מעכטיגן "רילאקעישאן" איז זייער שטארק און טיף, און עס איז אומפארמיידבאר. עס איז פראסט און פשוט נישט דא ווי צו וואוינען, בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי און פלעטבוש זענען שוין כמעט full to capacity. מ'וואוינט אווערקראודעד, און די רענט און מארגעדזשעס זענען גדול מנשוא.
עס איז נאר די שאלה וואו די נייע אידישע ישובים גייען זיין, און ווער עס וועט האבן די זכי' צו זיין דער נחשון פון די עסקנים.
לויט ווי איך האב געהערט מאחורי הדלת, ארבעט אגודת ישראל דאמעריקא אויף א גרויסן פראיעקט. אבער עס איז מעגליך אז עס איז לופטיגע שמועות.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 21:04 |
|
| |
בןמלך, אגודה? איי איי איי, יעצט האסטו ארייןגעביסן אין א פארשימלט שטיקל ברויט. אגודה? איך קען מיך נאך אלץ נישט גלייבן מיינע אויגן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 21:22 |
|
| |
יא, ווען אגודת ישראל דאמעריקע טוט א גוטע זאך, כה לחי!
איך בין ב"ה נישט קיין ראסיסט, ווען עפעס איז ריכטיג, איז עס ריכטיג. אבער ווען עפעס איז שלעכט, איז עס שלעכט!
as a matter of fact בין איך אויפגעוואקסן צווישן פיל אגודיסטן, אריינגערעכנט אין מיין אייגענע משפחה. און איך וואוין היינט אין א שטאט ווי די סענטימענטן זענען פיל מער גענויגט אהין. אבער איך אלס אן אומפארטייאישער מענטש, בין צו קיינעם נישט געבונדן, איך בין קיינעם גארנישט שולדיג, און איך קען גאנץ פיין לויפן צווישן די טראפן, אן דעם וואס איך זאל ווערן נאס...
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 21:27 |
|
| |
בני, 
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 22:02 |
|
| |
aaatozzz
אויב איז אמת וואס די שרייבסט, איז דא "שוין היינט", עטליכע מקומות וואס האבען פאטענטציאל פאר א יישוב.
וואטערבערי, קאנעטיקוט
סאוט פאללסבורג, (וויזניץ אין די דארטיגע ישיבה)
סקרענטאן פענסיליוועניע
וכו' כו'.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 22:56 |
|
| |
די שאלה וואס זוכט מען אין א נייער יישוב?
אז מען וויל א דארף איז אפשר דא מער שאנסען, אבער אויב זוכט מען א שטעטל קען מען נישט אונהייבען פון א, נאר מען דארף זוכער א שטעטל וואס עס איז שוין דא א סטארקטואר איז אריינברענגען דארט אידען.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 03:37 |
|
| |
למען האמת והשלום וועל איך ערקלערען מיין צד.
ראשית דבור איך פארטרעט נישט קיין שום קהילה אדער איחוד הקהילות. איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז יא. אין איך האב קיינמאל נישט פארפירט מיט ווערטער וואס קען אויסגעטאטש ווערן אז איך פארטרעט איינעם.
אנגעהויבען האב איך ווען איך האב אריין געשיקט מיין אפליקאציע צום פילאדעלפיע איחוד הקהילות גלייך ווי אסאך מענטשען, נאכען הערן אז עס קיקט אויס ווי עס גייט מיטען קאפ אראפ האב איך מיך פארבינדען מיט די עסקנים צי הערן וואס מען קען טון צי ראטעווען די פראעיקט.
פון די אינפארמאציע וואס איך האב באקימען איז שוין נישט געווען וואס צי טין. מען האט געהאפט אז די וואויטס וועלן אריינקימען בעסער ווי געראכטען אבער דערנאך איז אלעס געווען פארפאלן.
זינט דאן האב איך פריבירט אויף פארשידענע אופנים ציריק צי ברענגען די מעגליכקייט פון א נייע ישוב אין א נייע געגענט. איך האב מיך פאראינטערעסירט פון די עסקנים צי זען ווי מען האלט אין וואס מען טיט. איך בין אויך באקאנט מיט לכל הפחות צוויי נייע אפציעס וואס מען פריבירט אהער צישטעלען. פארשטייט זיך אז איך קען נישט ארויס געבען פין וואס מען רעדט דא ווייל איך וויל נישט קליא מאכן פאר די עסקנים אין אינוועסטארס וואס ארבעטן דערויף. איך בין אבער זיכער אז די דאזיגע וואס זענען באקאנט מיט וואס איך זאג צווישען די שורות וועלען פארשטיין פון וואס איך רעד
והשנית, איך זיך נישט אינטער צי האקען קיינעם אדער ח"וש אוועקנעמען די געוואלדיגע שכר וואס עס קימט פאר די עסקנים פארן שתדלן פארן ציבור. איך זיך נישט צי זיין אין competition מיט קיינעם. הלווי ווען כאטש איינע פין די פלענער זאל צישטאנד קימען. איך זיך צי מאפען צי א נייעם ישוב פינקט ווי איר. איך ארבעט פאר מיינעט וועגען.
מיינע פלענער זענען אן ענטפער אויף long term וואס אדרעסירט דעם פראבלעם אין פלאנירט אויף להבה. אויב זעע איך אז עס ווערט עפעס אויף אן אנדערן מקום וואס האט ממשות. וועל איך מיך מיטשטעלען צי ציהעלפען ווי ווייט מעגליך אז עס זאל זיין א דבור המקיים. אבער איין זאך וואס איך וועל נישט טין איז "נישט טין בכלל".
ציגלייך האלט איך אז איך טי א טובה פאר די אנדערע דיוועלאפמענט'ס, ווילאנג איך בין מקפיד נישט ארויס צי געבען סודות פון חדר. איך האב פריבירט צי פארשטיין געגבן פארן עולם די פראבלעמען וואס די עסקנים האבען. אבער די עסקנים מיזען אויך פארשטיין אז מען מיז געבען צייט פארן עולם צי רעדן דערוועגן מיט די משפחה צי פארשטיין געבן פארן עולם אז עס וועט זיין א תירוץ צי די פראבלעמען. אין אז וועט זיין ווי צי מאפען ווען מען מיז שוין.
מיינע פלענער וועט פארשטייט זיך אריינעמען קהילות וואס וועלען זיך וועלן באטייליגען. אבער עס איז דא אסאך מער אין וויכטיגערע זאכן קער צי נעמען פאר מען גרינדעט א נייעם קול שופר וואס וועט אינץ פארטרעטען אין זיך אויסלאזען מיט גארנישט. צי דארף מען נישט ערשט אויסארבעטען אלע אנדערע ענינים?
אבער ווי געזאגט פריער, מיינע מחשבות זענען נישט צי קליא מאכן א כל-שהי פאר קיינעם. אין איך האב נישט פארלאנגט הילף פין קיינעם על כל פנים ווי לאנג עס איז נישט דא עפעס ממשות אויפען טיש. ווען די צייט וועט קימען אין בעז"ה אז עס וועט זיין וואס צי פארציילען וועלן מיר וויסען וואס צי טין. אזויפיל יא, במשך פון די פלאנירינג דארף מען כסדר הערן פונים ציבור וואס מען וויל, האב איך גענומען די מיה אין אנגעהויבען דעם געשפרעך צי הערן וואס אין וויאזוי צי פלאנירען ווייטער.
קיינער לייקענט נישט דעם פאקט אז מען מיז שוין פלאנירען ווייל עס ווערט שפעט. יעדער אינגעאמאן שטייט מיט אפענע אוירען צי הערן די בשירה אז עס איז דא א נייע געגענט ווי מעו קען זיך אהין ציען. ווייל עס ווערט אידען טאג שווערער די מצב. אין מער אין מער יונגעלייט זענען אויף מעדיצינען פאר הויך בלאד-פרעשער אין דופרעשען. די שאלה איז נאר ווי אין ווער וועט דאס אהער שטעלען. נישט ווער עס שטייט הינטער דעם אר\דער ווער עס האט ערשט אנגעהויבן.
צים שליס וויל איך ארויס ברענגען נאך איין נקידה. ווי מיר ווייסען גאנץ גיט די היסטאריע פון וויליאמסבארג ווי מיר פלעגען שטיין יעדע צוויי דריי יאר אויף לי עווענ. פאר נאך א ראלי פאר א פאליטישאן וואס האט ציגעזאגט הייזער אין דירות. אין די צייט וואס מיר האבן גע"ראלי"ט ידעס יאר האבן אינזערע שכנים באקימען אין פראעיקט נאכן צווייטען. ווען מען האט אנגעפרעגט פין די שטאטישע טאטעס פארוואס מיר באקימען נישט איז דער ענטפער געווען "אז א יעדעס מאך וואס מען האט ענק פראבירט צי געבען דירות האט עטץ זיך אנגעהויבן ארים ציקריגען ווער אין וויאזוי מען זאל עס ציטיילען". ווילאנג אינזערע פארטרעטערס האבן זיך ארימגעקריגט איז דער פראעיקט געגאנגען פאר די שכנים.
תמצות הדברים איז, איך וויל אויף קיין שים פאל זיין דער וואס איז גרום אז מיר זאלען אדורך פאלען ווייטער מיט די פלענער. דערפאר אויב נאכן ארויסשרייבען מיין צד איינער פילט אז איך בין נישט גערעכט ביטע פארבינדען מיט מיר אויף אישי. אין אויב האב איך אפאר ידידים וואס טראכטען אזוי ווי ציר ביטע שרייבען אינעם פורים.
בכבוד רב
jRelocate
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 07:09 |
|
| |
איך האב פאר דיר צוויי ווערטער: כה לחי! ומתן שכרך בצדו, איינס אזיינס: 
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 16:48 |
|
| |
kutchma
איך וויל נאר מעורר זיין אז עס וואלט בכלל נישט אויסגעפעלט די זאלסט קימען מיט דיין "רויטע אויפקלערונג"
האט דען עמיצער געמיינט אז דער JRELOCATE האט א שייכות מיט יענעם פראיעקט?
קימט אן עסקן אין פרובירט צי טין אביסעל מיינט מען אז מ'מיז קימן מיט א אויפקלערונג!!!!
(יא כהאב געזען געוואלדיגען קאמפלימנט "כבודו במקומו מונח" אבער לא מעקצך ולא מדובשך)
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 16:55 |
|
| |
בערגער, אז די ביסט שוין יא א גיבור, טא זיי מסביר וואס דער מעקצך איז. איטרעסאנט אז JRELOCATE אין אנדערע פארשטייען, אבער אין דיין דיקן קאפ גייט עס נישט אריין. איך האב סך הכל (צום אינטערשטן מאל) געוואלט אויפמערקזיים מאכן די וואס האלטן מיט (אפשר פאר דעם פארשטייסטו נישט) אז JRELOCATE האט נישט מיט איחוד הקהילות. איך האב איבערגעחזרט דא אין און אנדערע פורומים אז איך געב עם דעם פולען קרעדיט פאר אלעס וואס ער טיט.
ביסט א מבין?
|
|
|
|
|