בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

לתועלת הרבים: FREE קרעדיט רעפארט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/9/2005 08:58 לינק ישיר 
לתועלת הרבים: FREE קרעדיט רעפארט

לעצטע וואך איז אריין אין קראפט די געזעץ וואס צווינגט די גרויסע קרעדיט קאמפאניס צוצושטעלן פארן פשוטן בירגער א קרעדיט רעפארט בחינם איין מאל א יאר, די געזעץ האט זיך שוין אנגעהויבן א שטיק צייט צוריק אבער ניו יארק איז געווען פון די לעצטע שטעט אויפן ליסט און יעצט סעפטעמבער 1 זענען מיר שוין אויך אייניגע מחותנים

צו פארשטיין אביסל בעסער דארף מען וויסן אז סזענען דא דריי גרויסע קרעדיט קאמפאניס וואס שטעלן צו קרעדיט אינפארמאציע פאר יעדן וואס בעט און באצאלט, למשל ווען איר ווילט ארויס נעמען א מארטגעדזש קוקט מען נאך אייער רעקארד אדער אפילו ווען מעפנט אויף א פשוטע סעלפאון אקאונט

די דריי קאמפאניס זענען:
Equifax, Experian, TransUnion

ביז יעצט אויב זענט איר געגאנגען צו די קאמפאניס און געבעטן פאר אייער פערזענליכע קרעדיט היסטארי האט איר געדארפט באצאלן פונקט ווי די באנק באצאלט ווען זיי ווילן אייער רעקארד, אויב האט איר נישט געהאלטן ביים צאלן האט איר נישט געקענט וויסן פונקטליך וואספארא לשון הרע מהאט אנגערעדט אויף אייך, ווייל סהאט זיך געקענט מאכן אז אויב איר האט אמאל געהאט א סכסוך מיט א קרעדיט קארד קאמפאני למשל האט אפשר יענער מוציא שם רע געווען אויף אייך און סאיז אריין אין אייער רעקארד און געקענט שאפן קרעדיט פראבלעמען לעתיד, אויב האט איר נישט באצאלטפאר א רעפארט האט איר נישט געקענט וויסן פון דעם

האט מען געמאכט א געזעץ אז כאטש איין מאל א יאר מוזן די קאמפאניס צושטעלן פאר יעדן מענטש זיין היסטארי "בחינם", אזוי קען מען אליין זען וואס דארט טוט זיך און טשעלענדזשן א שלעכטע רעפארט אויב האלט איר אז סאיז נישט יושרדיג. ובכדי די קרעדיט קאמפאניס זאלן נישט באפאלן ווערן פון מיליאנען פארלאנגען אויף איינמאל האט מען צוטיילט אמעריקא אין 4 חלקים און די געזעץ איז אריין אין קראפט צוביסלעך, עטליכע סטעיטס אויף איינמאל, יעצט איז ענדליך געקומען די רייע אויך פאר אונז ניו יארקער איינוואוינער

הלכה למעשה קומט אויס אז יעדער מענטש קען באקומען 3 קרעדיט רעפארטס בחינם א יאר, ווייל אנשטאט צו בעטן פון אלע דריי קאמפאניס רעפארטס אויף איינמאל לוינט יזך ענדערש צו בעטן איין מאל יעדע פיר חדשים פון א אנדערע פון די דריי קאמפאניס

אויב גייט מען דירעקט צו זייערע סייטס פרובירן זיי אריין צו שלעפן דעם מענטש צו באצאלן פאר מער סאפיסטיקירטע רעפארטס וואס איז נישט בחינם (זיי זאלן מאכן געלט, וואס דען?), פארשטייט זיך אז אויב איר מוזט האבן יענע אינפארמאציע זאלט איר צאלן דערפאר, אבער די עיקר וויכטיגע אינפארמאציע מוזן זיי צושטעלן בחינם לויטן געזעץ און דאס איז געווענליך גענוג צו האבן א קלאר בילד

די בעסטע איז צו גיין צום ספעציעלן סייט:
www.annualcreditreport.com
אדער קען מען רופען דעם ספעציעלן נומבער: 1-877-322-8228

פאר מער אינפארמאציע גייט צום גאווערמענט סייט:
http://www.ftc.gov/bcp/conline/pubs/credit/freereports.htm

פערזענליך האב כשוין אויספרובירט מיין ערשטע רעפארט ביי עקוויפעקס און כהאב באקומען די גאנצע מגילה בחינם אין כסף (ב"ה סאיז אלעס אין ארדענונג, חוץ אז אמאל רופען זיי מיר יאנטשי און אמאל צירל איר קענט עס באקוקען ביי www.annualcreditreport.com/zeidyunchi)

גייט אליין און פרובירט אויס וועט איר נישט האבן קיין אומאנגענעמע סורפרייזעס ווען איר דארפט צוקומען צו קרעדיט

נ.ב.
דעם קרעדיט Score (אדער Fico) זענען זיי נישט מחויב צו געבן לויטן געזעץ און זיי רעכענען געלט פאר דעם, און אויך פאר אנדערע סערוויסעס



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/9/2005 09:01 לינק ישיר 

די דריטע לינק ארבעט עפעס נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/9/2005 17:32 לינק ישיר 

איז דער ריפארט ביי די דרי קאמפאניס דאס זעלבע?

האט יעדער ידיעות וואס דער אנדערער האט נישט? אז מען באקומט איינס ווייסט מען שוין אלעס אדער מען דארף האבען אלע דריי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > לתועלת הרבים: FREE קרעדיט רעפארט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext