בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

******חקירה******

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/9/2005 02:35 לינק ישיר 

פחדים?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/9/2005 22:21 לינק ישיר 

מענטשען זאגן
א גוט יום טוב

יום טוב איז טייטש א גוטע טאג
מדארף ווען זאגן "יום טוב"
אין נישט א גוט יום טוב?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/9/2005 22:23 לינק ישיר 

איך האב מורא אז צופיל טאמעטא מאכט אביסל משוגע...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/9/2005 22:27 לינק ישיר 

צופיל דאכענע איז נישט געזונט




וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 00:07 לינק ישיר 

און אזוי פלעגט טאקע דער הייליגער מנחת אלעזר זצ"ל זאגן : יום טוב!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2005 19:15 לינק ישיר 


אסאך מאל הערט מען מענטשן זאגן אויף א גאנצע וואך "א קייליכדיגע (רינדעכיגע בלע"ז) וואך" פאר וואס זאגט מען אזוי, פארוואס נישט א קעסטלדיגע וואך?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 21:08 לינק ישיר 

אויב א וואך איז קעסטלדיג וואלטן מענטשען געבליבען שטיין ביי איינע פון עקן (לאמיר זאגען מיטוואך}
אבער יעצט אז סאיז קייליכדיג קומט מען אן צו די נעקסטע וואך.

תוקן על ידי - טאמעטא - 28/09/2005 21:06:52



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 21:13 לינק ישיר 

SUPER אשכול.
THE BEST SO FAR
לאמיר עס האלטן לעבעדיג ברידער.


פארוואס ווען איינער גייט אן שוך זאגט מען ער גייט בארפעסיג
אפשר מיינט עס "באר פוס-דיג (באר מיינט "דעראן", הויל אדער אפשר "בלויז" אויף ענגליש זאגט מען BARE וואס מיינט "שלילות'דיג), ס'מיינט ער גייט אן א פוס...



************************



אויב גייט איינער אן א קאפל, זאגט מען ער גייט "בארכאפעדיג"
ווייל ער גייט "באר קאפ-עדיג"?
ס'מיינט ער גייט אן א קאפ.

************************


מענטשן זאגן אויך, ער גייט א הוילן קאפ.
א קאפ איז נישט הויל.


************************



א טלית קטן רופן מאנכע אן
לייב-צו-דעקל.
פארוואס? פארוואס איז נישט דאס העמד דאס לייב-צו-דעקל?



************************


אויב איינער רעדט מיט א פארשטאפטע נאז
זאגן מענטשן:
ער רעדט אינטער די נאז.
ווער רעדט דען העכער די נאז?

תוקן על ידי - פשטידא - 28/09/2005 21:14:08



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 21:17 לינק ישיר 

די נאז איז זיך גובר אויף איהם, ער איז נכנע אונטער די נאז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2005 21:25 לינק ישיר 

וואס מיינט:
ער איז א מבין - ווי א קאץ אויף הייווען?
(אפשר נאר ווייל ס'איז א גראם, אבער ס'מאכט נישט קיין "סענס".)


******************************

ווען איינער רעדט נישט צו דער זאך, זאגט מען:
"ער רעדט אין די וועלט אריין"
מאנכע זאגן אין לשה"ק "דאמירן בעלמא"
פארוואס ווען איינער רעדט שטותים רעדט ער אין דער וועלט אריין?


**************************

פארוואס איז "יצמח" געווארן א נאמען פאר א יאקעל?
איז נישט "פורקניה" אדער "כרעותיה" נישט אזוי ביטער?
פארוואס זאגט מען נישט: ער איז דאך אזא "פורקניה"?

**************************

פארוואס אויף א פיפיגן סוחר זאגט מען:
ער איז א גוטער אנדרייער?
וואס "דרייט" ער? וועמען "דרייט" ער.
אפשר "דרייט ער אריין איינעם"?

**************************

פארוואס אויף איינעם וואס נישט מיט אלעמען זאגט מען:
ער איז "אביסל צופידלט".
איז דען א פידל ערגער ווי א טראמפייטער? אדער א פויק?
פארוואס זאגט מען נישט: ער איז "צופויקט"?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 21:32 לינק ישיר 

פארוואס ווען איינער רעדט אסאך זאגט מען:
ער רעדט ווי א "באבע"?
רעדט דען א מיידל אדער יונג-ווייבל ווייניגער ווי א אלטערע פרוי??
(תשעה קבים שיחה איז נישט געזאגט אויף באבעס דירעקט).


**************************





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 21:35 לינק ישיר 

פארוואס זאגט מען:
איך האב אים "אנגעפיפן".
פארוואס נישט איך האב אים אנגעבלאזן אדער אויסגעשנארכט?
פארוואס ווען מטוט נישט עפעס וואס איינער הייסט, רופט מען עס "זיך אויסגעפיפן אויף יענעם"?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 21:41 לינק ישיר 

פארוואס ווען עמיצער שפירט א שלעכטן ריח זאגט ער:
עס "סארכעט" דא?

וואס איז דאס "סארכע"? און וואס האט דאס מיט א "שלעכטן גערוך"?


אין הלכות טריפות איז א "סירכא" נישט קיין גערוך, עס איז א פעלער, א פגם אין כשרות, אבער מיט א "שלעכטן ריח" האט עס גארנישט.


תוקן על ידי - פשטידא - 28/09/2005 21:42:01



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 21:44 לינק ישיר 

לשון "סרוחה"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 21:50 לינק ישיר 

סרחון איז טייטש "פעלער" אדער עבירה, ווי רשיה"ק זאגט שזה "סרחון רביעי".
אלזא, פארוואס מיינט "סרוחה" א שלעכטן ריח.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ******חקירה******
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.