|
|
| נשלח ב-28/9/2005 21:53 |
|
| |
וואס מיינט דאס אויסווארף?
וואס איז אויס, וואס ווארפט מען?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 21:54 |
|
| |
ביי סרחון איז די "נ" אויך פונעם יסוד.
סרוח טייטש שטינקען.
האסט שוין אמאל געהערט דעם אויסדריק: נבילה סרוחה?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 21:54 |
|
| |
וואס מיינט דאס א ליידיגע שטריק.
EMPTY STRING
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 21:54 |
|
| |
מיסטער טאמאטע.
איך וויל דיך פרעגן א פערסאנעל קשיא
און נעם עס נישט ערנסט.
פארוואס ווען עפעס איז זייער גרינג צו טאן זאגט מען:
עס איז איזי פיקל אדער
EASY PICKLE
פארוואס נישט איזי טאמעיטא?
ביסטו דען אזוי שווער?
(נעם עס נישט צו ערנסט?)
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 21:56 |
|
| |
וואס מיינט דאס ערילות?
א פרוי קען נישט זיין קיין ערל.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 21:56 |
|
| |
דאכענע
אלס "סרחון" קען מען זאגן אויך אן א "נון" אלס עבירה.
ווי עס שטייט
אדם שסרח לפני השי"ת
וואס מיינט א מענטש האט געזינדיגט פאר'ן באשעפער
אדער מיינט עס
א מענטש האט זיך בא'סרח'עט, און ער האט א שלעכטן ריח, אפשר?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 21:58 |
|
| |
קושקע.
ערל מיינט נישט דוקא א גוי
עס מיינט אפילו א איד וואס האט זיך נישט מל געווען.
ווי דער פסוק זאגט: כל ערל לא יאכל בו", גייט עס ארויף אויף א איד, שמתו אחיו מתמת מילה.
ערלית איז סתם א ווארט וואס מענטשן האבן זיך איינגע'חזר'ט אלס א לשון נקבה פון ערל. עס איז טאקע נישט קיין מציאות
תוקן על ידי - פשטידא - 28/09/2005 21:57:51
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 22:00 |
|
| |
פארוואס אויף א יאקעל רופט מען אן:
ער איז א "יאלד"?
וואס האט יאלד מיט "בטלן"?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 22:08 |
|
| |
פארוואס ווען עמיצער גיט איינעם שטארקע שלעק
זאגט מען: ער האט אים געגעבן אין "קרויט" אריין?
פארוואס נישט אין "צוויקל" אדער אין די "מעלאנע"
******************
פארוואס אויב איינער רעדט כסדר וואס מ'וויל נישט הערן און בעט אויף אויפהערן און רעדט ווייטער, זאגט מען:
ער האקט א טשייניק?
******************
פארוואס זאגט מען אויף איינעם וואס רעדט אזויפיל אז מ'ווערט "ציפיקעוועט" זאגט מען:
ער מאכט מיר פשוט "דיל", וואס איז דאס "דיל"?
וויאזוי ווערן די אויערן "דיל"?
עס קלינגט? עס פייפט?
************************
פארוואס א שייגעץ רופט מען,
ער איז א "קערל"?
פארוואס נישט א שאלעכץ?
אפשר פונעם שפרוך ווארט: ער איז א "פארפוילט קערל"?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 22:10 |
|
| |
קושקע שרייבט
>ווי שטייט עס<
אדם לעמל יולד.
אויב ס'שטייט ערגעץ.
תוקן על ידי - jewboy - 28/09/2005 22:09:00
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 22:17 |
|
| |
פשטידא,
די גמרא זאגט - דאכציך ערגעץ ביים קרבן פסח: "שמא יסריח"
און לגבי "אדם שסרח" איז דער תירוץ אז "כי" משמש בד' לשונות וכו'.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 22:23 |
|
| |
פארוואס ווען איינער זאגט א "צענער" "צוואנציגער" דארף מען אליין פארשטיין אז מ'רעדט פון טויזנט?
אפשר מיינט עס גאר צען / צוואנציג סענט?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 22:31 |
|
| |
Jewboy,
כ'מיין אז דו האסט צו גרויסע השגות...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 22:56 |
|
| |
אדם לעמל יולד שטייט אין קהלת
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 23:02 |
|
| |
און אז מ'רעדט שוין פון "לעמל" דערמאן איך זיך דאס ווארט, אז א פרוי האט געפרעגט איר מאן צו ס'איז אמת וואס מ'שמועסט אז לעמעלעך זענען גרויסע טיפשים, ענטפערט דער מאן: יא שעפעלע...
|
|
|
|
|