| נשלח ב-30/9/2005 21:31 |
|
| |
וואס דארף א דרייווער טוהן ווען
1) די טרעפיק לייט פאר די מענטשן הייבט אן צו בלינקען רויט?
2) די טרעפיק לייט פאר די קארס ווערט אראנדזש?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/10/2005 22:53 |
|
| |
פשטידא,
אן ערל מיינט א גוי בלשון בני אדם. ווען איינער איז נודר מן הערלים מיינט עס נאר גוים ווייל בנדרים הלך אחרי לשון בני אדם.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2005 04:31 |
|
| |
רש"י די וואכעדיגע סדרה. נצבים, דברים כ"ט, פסוק ט"ז
גלוליהם. שמוסרחים ומאוסין כגלל.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2005 09:47 |
|
| |
ווי שטייט אז מיט יעדע באנדל וואס מען עסט פון די טשאלענט הארגעט מען א ציוני
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2005 17:09 |
|
| |
טשאלענט הרג'עט מען א ציוני, קומט פון הרה"ח ר' יודל ראזענבערג ז"ל, מנהל פון די סאטמאר'ע קעמפ'ס.
ער האט עס אויך מסביר געווען (אין אישי...) ווייל דאס וואס מען עסט ווארים'ס שב"ק איז נאר "להוציא מלבן של צדוקים", (עפ"י הפסוק "לא תבערו אש וגו' ביום השבת", איך האב נישט קיין צייט עס מסביר צו זיין, והמבין יבין).
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2005 17:51 |
|
| |
צו וואסענייעס על שאלתך:
פארוואס ווען פאר איינעם איז קאלט זאגט ער איך בין קאלט ווען איינער איז שוין קאלט געווענליך טויג שוין נישט?
דאס זאגן "איך בין" אין א זאץ אזוי ווי "איך בין קאלט / הייס" שטאמט פון ענגליש - I'M HOT / COLD - און ווערט נאר באנוצט דורך אמעריקאנער (אדער אפשר אויך לאנדאנער, כ'ווייס נישט.) אין אידיש דארף מען זאגן ס'איז מיר קאלט / הייס.
מענין לענין ווען מ'זאגט "צינד אן / פארלעש די סינק" איז עס אויך אן ענגליש שטאמיגער טעות. מ'דארף זאגן עפן / פארמאך די קראן (אדער "דריי אן / דריי צו" וואס שטימט מער מיט'ן TURN ON / OFF.) נאך א טעות איז דא אז מען "צינד" נישט אן דעם סינק (שיסל) נאר דעם קראן (FAUCET)...
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2005 18:16 |
|
| |
פארווואס ווען איינער שאקעלט די קאפ ארויף אן אראפ מיינט עס יא
אין ווען משאקעלט די קאפ אהער אין אהין מיינט עס ניין
?
איך מיין אז עס איז דא פלעצער אויף די וועלט וואס עס מיינט פארקערט.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2005 18:33 |
|
| |
צודערזאך עס שטאמט פון א בעה"מ און מס' שבת
מי שאינו אוכל חמין צריך לבדוק אם הוא מין
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2005 22:07 |
|
| |
ידעתי בני ידעתי
אבער צו זאגן דאס אויף א ציוני, דארף מען זיין אזא איד ווי הרה"ח ר' יודל ראזענבערג...
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2005 22:48 |
|
| |
ר' יודל איז אמאל אריינגעקומען אין מקוה אויף בעדפארד עס איז גיווען צושטופט זאגט ער אוי! אלעס זענען די ציונים שולדיג פרעגט אים איינער וואס האט עס מיט די ציונים
זאגט ער עה! די ביסט שוין אויך פארכאפט
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2005 22:48 |
|
| |
אזוי ווי קיינער האט נישט געענטפערט אויף מיין שאלה פון פרייטיג וועל איך עס אליין ענטפערן און ווער ס'האלט אנדערש קען מגיב זיין די שאלה איז געווען
וואס דארף א דרייווער טוהן ווען
1) די טרעפיק לייט פאר די מענטשן הייבט אן צו בלינקען רויט?
2) די טרעפיק לייט פאר די קארס ווערט אראנדזש?
תשובה עס ווענדט זיך אן עלטערער אדער א יונגערער
ביי אן עלטערן ביי 1)הייבט אן צו ברעיקן ווייל ס'ווער שוין באלד אראנדזש 2) אויב איז ער עס שוין אריבער געפארן וועט ער לכאורה צוריק בעקן
ביי א יונגערן ביי 1) נישט אמאהל קוקט ער דערויף 2) דריקט אויפן געז פעדל און מאכט צו די אויגן און האפט אז ס'איז נאך נישט געווארן רויט
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2005 23:04 |
|
| |
און אזוי ווי איך גלייך היבש זיך צו שטעלן אויף פארשידענע אינטרעסאנטע אויסדריקן פון מענטשן איז מיר דעם שבת אויסגעקומען צו הערן ווי איינער פרעגט דעם שכן זיינעם זאג נאר דו האסט שוין געגעסן? איז אפשר דא איינער וואס ווייסט וויאזוי די צווייטע גימל באלאנגט דארט?
ווי אויך פון ווי נעמט זיך די ווארט שלעפעריג? איך מיין מען דארף זאגן שלאפעריג ניין?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2005 23:14 |
|
| |
אין א פלאמבער?
מאנדרא
|
|
|
|
|