בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

גרשון יעקבסאן: לויה פון סאטמארער רבי'ן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/9/2005 13:44 לינק ישיר 
גרשון יעקבסאן: לויה פון סאטמארער רבי'ן



פון גרשון יעקבסאן. רעדאקטאר פון דער אלגמיינער זשורנאל


לויה פון סאטמארער רבי'ן



ר' ליפּא פרידמאַן טעלעפאָנירט...

איינמאָל, נאָך אַ פּראָטעסט דעמאָנסטראַציע ביי דעם ישראל קאָנסולאַט אין ניו יאָרק האָבען געוויסע קנאים באַשמירט דעם בנין פון קאָנסולאַט מיט סוואַסטיקאַס. די אידישע גאַס האָט דאַן געקאָכט מיט גרויס אויפרעגונג און פאַרדאַמט די סוואַסטיקאַס שמירער. האָט מען באַשולדיגט אין דעם די סאַטמאַרער. איך בין דאַן געווען אַ רעפּאָרטער און אַ נייעס רעדאַקטאָר אין ''טאָג מאָרגען זשורנאַל. אויף מאָרגען נאָך דער דעמאָנסטראַציע האָט צו מיר טעלעפאָנירט ר' ליפּע פרידמאַן ז''ל, דער מנהל פון די סאַטמאַרער אינסטיטוציעס. ער האָט געזאָגט, אַז סאַטמאַר האָט נישט געהאַט קיין שייכות מיט שמירען די סוואַסטיקאַס. ער האָט גע'טענה'ט, אַז ''משוגענע כוליגאַנעס'' האָבען זיך באַנוצט מיט דעם נאַצישען סימבאָל און אַז קיין שום סאַטמאַרער חסיד וועט אַזוינס נישט וואַגען צו טאָן. ר' ליפּע פרידמאַן האָט געבעטען אפּדרוקען אין ''טאָג מאָרגען זשורנאַל'' אַ דערקלערונג, אַז סאַטמאַר האָט נישט געשמירט די סוואַסטיקאַס.



צוויי סאַטמאַרער שליחים

איך האָב אים געזאָגט, אַז איך וועל גערען פאַרעפענטליכען די דערקלערונג, אָבער איך דאַרף איר האָבען בכתב. ר' ליפּע האָט געזאָגט, אַז ער שיקט שוין אַרויס צוויי שליחים, וואָס וועלען מיר ברענגען די דערקלערונג. יענעם נאָכמיטאָג זענען געקומען מיר זען ר' סענדער דייטש און ר' משה אייזענבערג. זיי האָבען מיר דערלאַנגט אַ קאָנווערט מיט אַ דערקלערונג וואו סאַטמאַר האָט אָפיציעל זיך אָפּגעטרייסלט פון די סוואַסטיקע שמירער און פאַקטיש פאַרדאַמט דעם אַקט פון וואַנדאַליזם.

ר' סענדער דייטש'ן האָב איך געקענט נאָך פון פריער. ער האָט יאָרען לאַנג געאַרבעט אַלס זעצער אין דער טיפאָגראַפיע פון די ''שולזינגער ברידער'' און האָט געהאַט אויפגעשטלעט זיין אייגענע דרוקעריי. ר' משה אייזענבערג איז געווען צווישען די אַרויסהעלפער פון ר' ליפּע פרידמאַן און האָט געאַרבעט פאַר דער סאַטמאַרער קהילה. די דערקלערונג, וואָס די צוויי סאַטמאַרער פאָרשטייער האָבען מיר געבראַכט, האָב איך אָפּגעדרוקט אויף דער ערשטער זייט פון ''טאָג מאָרגען זשורנאַל''.

אויף מאָרגען, ווען די צייטונג איז דערשינען האָט ר' ליפּע פרידמאַן מיר ווידער טעלעפאָנירט און שטאַרק געדאַנקט פאַר דערפילען זיין בקשה. ער האָט מיר געזאָגט, אַז אַ דאַנק דעם באַריכט, אַז סאַטמאַר האָט נישט געשמירט די סוואַסטיקאַס האָב איך געהאָלפען אָפּשאַפען א פּאָגראָם-שטימונג וואָס האָט זיך דאַן געהאַט צעפלאַקערט אויף דער אידישער גאַס קעגען סאַטמאַרער חסידים. ר' ליפּע האָט געזאָגט, אַז סאַטמאַר וועט קיינמאָל נישט פאַרגעסען די טובה וואָס איך האָב זיי געטאָן און ער האט צוגעגעבען, אַז ער וואָלט, זייער געוואָלט, איך זאָל קומען צום סאַטמאַרער רבי'ן און מיט אים ריידן.



אַ באַגעגעניש מיט'ן רבי'ן

איך האָב זיך דערמאָנט וועגען יענעם עפּיזאָד בעת דער לוויה פון סאַטמאַרער רבי'ן זצ''ל אין מאָנראָו. איך בין געשטאַנען אַ פאַרקוועטשטער צווישען דעם ריזיגען עולם אידען אין גרויסען בית מדרש און זיך צוגעהערט צו די הספדים. איך בין געווען דורכגעווייקט מיט שווייס און מיט די לעצטע כוחות פרובירט אָנהאַלטען דעם גלייכגעוויכט. פאַר מיינע אויגען איז דורכגעשוואומען יענע באַגעגעניש מיט'ן סאַטמאַרער רבי'ן, מיט כמעט 18 יאָר צוריק.

נאָך דעם ווי ר' ליפּע פרידמאַן האָט מיר איינגעלאַדען צו טרעפען זיך מיט'ן רבי'ן זענען אַוועק אַ וועלכע צוויי יאָר. דאַן בין איך אַוועק צו ר' ליפּע'ן און ער האָט מיר אַריינגעפירט צום סאַטמאַרער רבי'ן, זיין היים איז דאַן געווען אויפ'ן ערשטען שטאָק אויף בעדפאָרד עוועניו אין אַ בראונסטאָון געביידע.

דער רבי האָט ביי מיר געפרעגט פון וואַנעט איך קום און וואו איך האָב געלערענט, ער האָט געוואָלט וויסען וועגען מיין טאַטען און מיינע זיידעס און אפילו געפרעגט וואו איך האָב זיך אויסגעלערענט צו שרייבען אידיש און ווי מען באַהאַנדעלט מיך אין ''טאָג מאָרגען זשורנאַל''. ווען איך האָב געזאָגט צום סאַטמאַרער רבי'ן, אַז אין מיין פּראָפעסיע איז נישטאָ קיין מנוחת הנפש און אַז די אַרבעט איז פול מיט שפּאַנונג און עגמת נפש, האָט ער מיט אַ שמייכעל באַמערקט, אַז כדי צוצוקומען צו מנוחת הנפש מוז מען פריער האָבען עגמת נפש. ער האָט געזאָגט, אַז יעדער איד איידער ער גייט אַריין אין גן עדן מוז דורכגיין חיבוט הקבר: פאַר ביאת המשיח מוזען אידען זיין אין גלות, נע ונד, און דורכגיין אַלערליי יסורים וואָס לייטערן זיי אויס און צוגרייטען זיי צו דער גאולה שלמה.



דער רבי ענטפערט

איך האָב געפרעגט ביי דעם סאַטמאַרער רבי'ן אַ צאָל פראַגען און ער האָט אויף אַלע מיינע שאלות געענטפערט קלאָר און אַן קווענקלענישען. איך האָב געפרעגט פאַרוואָס ער איז אַזאַ שאַרפער קעגנער נישט נאָר פון די ציוניסטען נאָר אויך פון די רעליגיעזע פּאַרטייען, וואָס זענען ווייט פון דער ציוניסטישער שיטה. איך האָב געפרעגט פאַרוואָס ער איז אַ קעגנער פון דער אגודת ישראל און פועלי אגודת ישראל, ווען אַזויפיל גדולי ישראל שטיצען די דאָזיגע פרומע פּאַרטייען.

אויף דעם טיש איז געשטאַנען אַ טאַץ מיט וויינטרויבען און אַנדערע פרוכטען און ר' ליפּע פרדימאַן האָט געזאָגט, אַז איך זאָל מאַכען אַ ברכה. דער סאַטמאַרער רבי האָט געגעבען אַ מאַך מיט דער האַנט ווי איינער זאָגט, אדרבא, מאַכט אַ ברכה אויף די פּירות. איך האָב אָבער געוואַרט אויף דעם רבינ'ס ענטפער. ער האָט זיך אַנגעשפּאַרט אויף דער לינקער זייט פון בענקעל. ער האָט ברייט געעפענט זיינע בלויע אויגען און געזאָגט, אַז די צרה מיט דער אגודת ישראל און פועלי אגודת ישראל איז דאָס וואָס זיי ווערען אָנגעפירט פון באַאַמטע, און די באַאַמטע זענען אָנגעשטעלטע ביי בן-גוריונ'ען און ביי דעם ציוניסטשיען אַפּאַראַט, וואָס דאָס מיינט, אַז די אמת'ע דעה אויף דעם וואָס עם טוט זיך אין די רעליגיעזע פּאַרטייען האָבן די ציוניסטען און נישט די גדולי ישראל. ער האָט דאַן געגעבען אַ צאָל ביישפּילען צו באַווייזען ווי גערעכט ער איז.

דער סאַטמאַרער רבי האָט געזאָגט, אַז יעדען מאָל ווען עס געשעט עפּעס וואָס דערשיטערט דעם חרד'ישען אידענטום, זענען פרומע עסקנים די ערשטע, וואָס זוכען איינצושטילען, באַרואיקען און איינשלעפערן דעם עולם. זיי מאַכען אַלע אָנשטרענגונגען צו פאַרטושען און דערשטיקען דעם פּראָטעסט און די פאָדערונגען פון גדולי התורה. מען דאַרף נישט זיין קיין גרויסער פּאָליטיקער צו זען, אַז זיי זענען פאַרקויפט און מען קען זיך אויף זיי נישט פאַרלאָזען, האָט דער סאַטמאַרער רבי געזאָגט.



דער גלות נאָך דעם חורבן

איינער פון די סאַטמאַרער חסידים ביי דער לוויה, וואָס איז געשטאַנען נעבען מיר האָט באַמערקט, אַז די פּטירה פון סאַטמאַרער רבי'ן האָט ביי אים אַרויסגערופען אַ געפיל ווי נאָך אוישוויץ. ''אונזער וועלט איז חרוב געוואָרען. דער סאַטמאַרער רבי איז נישט נאָר געווען אַ צדיק און אַ גדול הדור נאָר ער איז געווען אונזער פאָטער און מוטער, ער איז געווען אונזער טרייסט נאָך דעם ווי מיר האָבען אַלץ פאַרלוירן אין די קרעמאַטאָריומס''.

איך האָב אָנגעקוקט דעם אידען און פאַר מיר איז ווידער דורכגעפלויגען יענע באַגעגעניש מיט'ן סאַטמאַרער רבי'ן אויף בעדפאָרד עוועניו אין וויליאַמסבורג,

דער רבי האָט גערעדט וועגען דעם חורבן פון מזרח אייראָפּעאישען אידענטום און באַמערקט, אַז זיינע חסידים זענען אין מערסטנטייל אומגעקומען אין אוישוויץ. ער האָט געזאָגט, אַז ווי ביטער עס איז נישט געווען דער חורבן איז נאָך ביטערער און שווערער דער גלות נאָך דעם חורבן. ווען מענטשען זענען געבליבן איינזאַם, ווען די גאַנצע אידישע וועלט איז פאַרשניטען געוואָרן. דער גלות נאָך דעם חורבן איז פיל שווערער ווי דער חורבן אַליין, האָט דער סאַטמאַרער רב געזאָגט.

ר' ליפּע פרידמאַן האָט צוגעגעבען, אַז די מערסטע אידען אין דער סאַטמאַרער קהילה זענען געראַטעוועטע פון אוישוויץ און אַנדערע טויט לאַגערן און אַ דאַנק דעם סאַטמאַרער רבי'ן האָבען זיי אָנגעפאַנגען פירען אַ נאָרמאַלן לעבען, אויפגעשטעלט פאַמיליעס און זיך איינגעאָרדענט. דער סאַטמאַרער רבי האָט עטליכע מאָל באַמערקט, אַז דער חורבן בית המקדש איז געווען אַ שרעקלעכער קלאַפּ פאַר דעם אידישען פאָלק אָבער נאָך שרעקליכער איז געווען דער גלות וואס איז געקומען נאָך דעם חורבן.

דער סאַטמאַרער רבי האָט זיך פאַררופען אויף אַ גמרא וואָס זאָגט, אַז דער באַשעפער האָט געטאָן אַ גוטע זאַך מיט אידען, וואָס ער האָט זיי צושפּרייט צווישען פעלקער. דאָ האָט זיך דער רבי צוריקגעקערט צו דער ערשטער טעמע וואָס ער האָט באַרירט אין אָנפאַנג פון אונזער געשפּרעך. ער האָט געזאָגט, אַז כדי צו דערגרייכען די מדריגה פון פולשטענדיגער אויסלייזונג, כדי צו קענען צוקומען צו דער געהויבענקייט און געלייטערטקייט פון ביאת המשיח. מוז מען דורכגיין דעם לאַנגען דערנער וועג פון גלות. אדם הראשון איז פאַרטריבען געוואָרען פון גן עדן צו אַקערן און זייען און האָרעווען. לכאורה איז שווער, אדם הראשון איז דאָך געווען אַ מושלם , אים האָט דאָך באַשאַפען השי''ת אַליין. טאָ ווי קומט עס אַז ער איז פאַרטריבען געוואָרען פון גן עדן? נאָר כדי צו דערגרייכען צו נאָך אַ העכערער מדרגה פאָדערט זיך גלות און דער עגמת נפש פון גלות און ערשט דאַן קומט מען אל המנוחה ואל הנחלה, האָט דער סאַטמאַרער רבי אויסגעפירט.

ער האָט גערעדט וועגען נאָך ענינים און געשפּרודעלט מיט ווערטלעך און קלוגע באַמערקונגען. ר' ליפּע פרידמאַן וועלכער איז געווען אַ איד אַ חכם, האָט ממש געקוועלט און האָט מיר שפּעטער געזאָגט, אַז דער סאַטמאַרער רבי איז געווען שטאַרק אויפגעלייגט און האָט הנאה געהאַט צו רעדען מיט מיר. ר' ליפּע האָט באַמערקט, אַז איך האָב געוואוסט ווי צו רעדען מיט דעם סאַטמאַרער רבי און אים נישט געשטעלט קיין קלאָץ קשיות. איך האָב אים געדאַנקט פאַר די קאָמפּלימענטן.

נישט אָנגענעמע דערפאַרונגען

עס זענען אַוועק יאָרען. ר' ליפּא פרידמאַן איז נפטר געוואָרען. איך האָב געהאַט אַ סך נישט אָנגענעמע דערפאַרונגען מיט סאַטמאַרער אידען. איך האָב אָפט באַדויערט וואָס ר' ליפּע איז נישטאָ און דער סאַטמאַרער רבי איז שוואַך און מען קען צו אים נישט צוקומען, אַ סך עגמת נפש און פאַרביטערונג וואָלט געקענט אויסגעמיטן ווערן, האָב איך געטראַכט, אויב מען וואָלט געקענט רעדן מיט'ן רבי'ן דירעקט: כ'וואָלט לייכט געקענט אים איבערצייגען, אַז כ'בין נישט קיין שונא פון סאַטמאַר.

איצט אָבער בין איך געשטאַנען צווישען טויזענטער צעווייטעגטע אידען אין דעם בית המדרש אין קרית יואל און זיך צוגעהערט צו די הספּדים און צו די בכיות. אין די אויערן האָבען געקלונגען די ווערטער פון דעם נפטר, אַז דער וועג צו דער גאולה איז אויסגעפלאַסטערט מיט יסורים און עגמת נפש און אַז דער גלות נאָכ'ן חורבן איז פיל שווערער ווי דער עצם חורבן.

אפנים אַז שוין מיט אַזויפיל יאָרען צוריק האָט דער סאַטמאַרער רבי פאָראויסגעזען דעם מצב פון היינט...


http://www.algemeiner.com/generic.asp?ID=495






דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2005 16:14 לינק ישיר 

א גוטע ארטיקל, און א ישר כח פאר די לינק.
איך האב נישט געוויסט אז דער סאטמאר רבי זי"ע האט געהאט בלויע אויגן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > גרשון יעקבסאן: לויה פון סאטמארער רבי'ן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext