|
|
| נשלח ב-5/9/2005 22:28 |
|
| |
די עצה צו טייער געז - Ride a Bike
אין אלע היימישע אידישע קהילות פארען אינגעלייט מיט א ביציקיל.
נאר נישט אין וויליאמסבורג!
וואס איז די עוולה? איז עס קעגען די הלכה? חסידות?
אין אנטווערפען איז דא א Bike Rack פארען ביהמ"ד.
נו זאגט איר אליין, וואס פאסט מער: א שנה ראשונה אינגערמאן וואס דע טאטע האט א פאר טאלער און ער דרייווט א Brand New קאר מיט אלע פיטשקיוועס אדער אויב דרייווט ער א ביציקיל שיין און באשיידען?
נו וואס איז די עצה? קיינער וויל נישט זיין דער ערשטער ווייל ער וועט זיין Funny, איי מיר זענעל אלע funny פארען זיך אפהאלטען פון טוהן נארמאלע זאכען? "אסאך" אינגעלייט ניצען די קאר איעדען טאג נאר לאקאל: גיין אינדערפרי און ביינאכט אין ביהמ"ד, גיין אין Post Office און אין באנק. מען מאכט אסאך קליינע טריפס וואס סטארטען די קאר אזויפיהל מאהל און ארומפארן אין די שטאט פרעסט געז (City Mileage).
מיר זיכען 25 אינגעלייט פאר דעהם המתחיל במצוה און דערנאך ווען די גאנצע שטאט נאך טוהן.
איהר וועט איינוועגס אויך קענען פארגעסען פון פארקינג טיקעטס.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 22:31 |
|
| |
מען דארף מאכען א דאטום ווען דאן וועלען די נחשונים אהנפאנגען אין דעם זעלבען טאג צו שפראען אידיש געלט.
אפשר א' סליחות?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 22:37 |
|
| |
נא, אדרבה, איך זיך "50" אינגעלייט אין באראפארק וואס זאלען זיין די נחשונים.
ווער איז גרייט?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 22:38 |
|
| |
בארא_פארק:
די ווילסט מן הסתם זיין דער 26סטער הא?
תוקן על ידי - upstate - 05/09/2005 22:41:45
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 22:38 |
|
| |
יא! אינזער חשובה מנהל פלעגט אויך ארום פארען מיט א ביציקעל, אפשר קען ער אינז ארויס העלפען וועלכע ביציקעל איינצושאפען
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 23:02 |
|
| |
אין בארא פארק זענען דא מן הסתם מער ווי 50, אבער אין אזא גרויסע שטאט ווערן זיי בטל באלף. נישט ווייט פון מיר איז דא א ישיבה ווי די בחורים קומען אין גרויסן מיט ביציקלעך.
מ'דארף אויך נעמען אין באטראכט די "סעיפטי אישוס", א בייק איז מער אויסגעשטעלט צו סכנת נפשות ווי א קאר. פאראיאר איז א אינגערמאן גאלדבערג ע"ה נעבעך אראפגעקלאפט געווארן פון א ביציקל, און האט אויסגעהויכט אויפן פלאץ, רח"ל.
מ'דארף זען א גוטע אויסוועג.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 02:53 |
|
| |
בן מלך,
א קאר איז א גרעסערע סכנה, פאריאר אין נעכטען און אייער נעכטען און ווען נישט, שטארבען מענטשען פין קאר עקסידענטען,
דאס איז נישט אמת אז איבעראל פארט מען מיט בייקס, איך מיין אז נאר אין אנטווערפען איז מער "נארמאל" צו פארען א בייק.
די ליטווישע האלטען דאס מער נארמאל.
הלוואי זאל דאס ווערען א נארמאלע זאך.
איך האב נאר געקלערט אז מען קען אויך קויפן א קליינע סקאָטער, וואס נעמט ווייניג געז.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 03:04 |
|
| |
לויט די מעשה קען מען אנקומען איבעראל מיט א בייק
עס האט מיר איינער פארציילט אז ער וויסט פון א בוחר (דאמלס געווהען א בחור) וואס איז געפארען מיט א בייק פון בארא פארק אויף מאנסי איך וויס נישט אויב עס איז באמת געווהען אבער אויב קענט איר צוטרעפען ווער דאס איז געוועהן פרעגט אים אליין
נו ווער קען צוטרעפען ?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 03:54 |
|
| |
אוי הלוואי!
וויפיל איבעריגע פונטן, און וויפיל הארץ פראבלעמען וואלט מען זיך געשפארט, ווען מען וואלט געפארן מיט בייקס.
בדרך אגב ווייס איך פון חסידישע (פרומע) אינגעלייט וואס פארן ארויס פון די שטאט מיט זייער קאר, צו דרייוון בייקס וואס זיי מוזן דאס טאן וועגן געזונט.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 04:14 |
|
| |
שלוםצאידען ווער קען צוטרעפען?
יא דאס איז דאך אינזער חשובה מנהל!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 04:16 |
|
| |
ביסטו דאס מאשר ?
עס איז אמת ?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 04:26 |
|
| |
יא דער מנהל האט דאס מיר פערזענדליך פארציילט! אדרבה זאל ער דאס מאשר זיין.......
אלס בחור איז ער געווען אינזער Lance Armstrong
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 04:47 |
|
| |
איך גיי נאר רעדן יעצט פין סאטמער
איז די שגץ בייקס א זאך וואס איז ביים חסידישען עולם מוקצה מחמת מיאוס
א קאר האט מען נישט קיין ברירא ווייל מען דארף עס פאר פרנסה אין עס שאט אפילו צום גשמיותדיגען לעבן ווי איבערוואג אין די איבעריגע פראבלעמען וואס קומען פין נישט זיך רירען
אבער א קינד אין סאטמער בכלל אין די קרית יואלע אידן בפרט ווייסען אז דאס איז א שייגעץ בייק איך געדענק ווען איינע פין די מנהלים איז אריין צו רבינו הקדוש זי"ע פרעגן אז מען זאל לאזען אין קרית יוארל די שגץ בייקס אזוי ווי עס זייער סכנותדיג מיט א קאר ווי עס דרייען זיך קליינע קינדער אינטער די רעדער פין קארס אין עס פראקטיש אין א דארף
האט רבניו הקדוש געזאגט פארן מנהל אז ער זאל דאס נישט לאזען אין זיין שטעטעל אין דאס איז די סיבה וואס אין קרית יואל זעסטו היינט נישט קיין שייגעץ בייקס ב"ה (וואס די סכנות דערפון מיט הונטערטער עקסידענטען מיט מינדעריערגע קינדער האט מען שוין געשפארט דערמיט )
אין אויסער דעם איז דא א גרויסער חשש אז די פרויען אין מיידלעך וועלן זיך נעמען דערצו אין דאס איז שוין א זאך וואס גרענציט זיך מיט פארשידענע איסורים וד"ל
אין יעצט הייבט אן צו פירען א וויכח אבער נאר רואיגערהייט
עס איז געווען אמאל פין הראב י. מ. סופר אין דער צייטונג א קנאנקעדיגער ארטיקעל פין דעם
ווער עס קען אריינסקענען דער וועט מהנה זיין דעם עולם
תוקן על ידי - ekstein - 06/09/2005 4:48:15
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 04:55 |
|
| |
ekstein
איך האלט מיך אייביג אפ פון באליידיגען איינעם פערזענליך.
אבער איך האלט אנדערשט פון דיר (Nothing personal…).
קודם כל האלט מען דען אפ אינגעלייט פון דרייווען א קאר ווייל אפשר וועלען פרויען דרייווען א קאר? וואס דאס איז דאך א סאך א גרעסערן חשד. ווייל ווי נישט ווי דרייוון רוב פרויען ביים פרומען אידענטום, נאר א חסידישע פרוי דרייווט נישט.
אבער א ביציקיל, היעלה על הדעת פאר א חסידישע פרוי צו דרווייען א ביציקיל ווייל אינגעלייט פארען מיט א ביציקיל?
בנוגע א "שגץ בייק", איך קען מיך נישט קריגען מיט רביה"ק, אבער אפשר האט ער נאר געמייט די אינגלעך וועלכע פארן פאר enjoyment און fun און נישט ווען מען דארף עס פאר טראנפאטאציע?
פארען מלחמה איז איעדער געפארן אויף א ביציקיל. עס איז דא א תשובה, איך מיין פונעם קרן לדוד, נישט זיכער אבער קען מברר זיין אז א שוחט ובודק זאל נישט פארען מיט א ביציקיל ווייל עס קען מאכען אז די הענט זאל ציטערען. איז משמע אז סתם אזוי מענטשען אפילו חשובים פלעגען פארן מיטן ביציקעל.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 05:52 |
|
| |
ר' פנחס בלייך פארט אסאך ארום מיט א בייק. איך מיין אז ער האט מיר אמאל געזאגט אז ער איז געפארן פון מאנסי קיין ברוקלין מיט א בייק.
נו, פינקי, רוף דיר אן...
כ'בין אויך באקאנט מיט א חשוב'ער רב, א ריזן תלמיד חכם וואס רייסט ארום מיט א בייק אין איינע פון די רורעל געגנטער אין אמעריקע עטליכע טעג א יאר פאר 'לופט שעפונג' און 'אויפפרישונג' נאכדעם וואס ער זיצט א גאנץ יאר צוגעשמידט איבער די גמרא יומם ולילה.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|