|
|
| נשלח ב-7/9/2005 04:02 |
|
| |
איך האב געהערט בשם ר' נתן יוסף
ווען די תלמוד תורה אין וויליאמסבורג האט זיך אנגעהויבן מערן אין די בראשית יארן און ס'איז נישט געווען קיין טראנספארטאציע האט מען געפרעגט [ר נתן יוסף] דעם רבין צי מען זאל קומען מיט בייקס, האט דער רבי געענטפערט אז ער וויל נישט עס זאל אויסקוקן ווי א פאבליק סקול וואס דעמעלטס איז מען געגאנגען מיט בייקס אין סקול.
שפעטער האט זיך דאס א נאמען געגעבן "שייגעץ בייק" ווייל די שקצים אין פאבליק סקול זענען געפארן דערמיט, פארשטייט זיך.
שפעטער האב איך עפעס געהערט אז דער טעם איז דער זעלבער ווי הרוכב על החמור בלי אוכף, אבער עס האט נישט קיין שום מקור. ווי אויך אין מציאות.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2005 09:38 |
|
| |
בלונדון נהוג מאוד לנסוע עם בייק.
כמדומני שגם אברכי סאטמאר משתמשים בזה ברגילות
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2005 15:48 |
|
| |
למען אחי ורעי אדברה נא...
די פרייז פון געז האלט און איין שטייגען. די פרייז פון אונשורענס האלט און איין שטייגען. די פרייז פון פארקינג טיקעטס האלט און איין שטייגען.
די עצה צו דעהם איז א ביציקיל!
איך האב נישט מוציע געווען צו אינגאנצען אוועקווארפען די קאר. זייער אסאך דארפען דאס פאר פרנסה ממש. אויך איז דאס א שטארק באקוועמע זאך, און אז מען קעט דאס עפארדען, פארוואס נישט.
מיין עצה איז נאר געווען עס צו נוצען פאר local, ווי אויך פאר די אינגעלייט וואס האבען נישט די געלט פאר א קאר.
"שייגעץ בייק" איז זייער א שיינע איינפאל. איעדער פארשטייט אז 11 און 12 יעריגער קינדער דארפען שמירה און עס איז נישט אויסגעהאלטען ברוחניות ובגשמיות זיי זאלען ארומפליען מיט בייקס אין אלע גאסען פון די שטאט.
איך רעדט דא פון אינגעלייט! ביטע נישט פארדרייען דעהם נושא מיט קינדערישע שטותים.
עס פאסט אסאך מער צו פארען איידעל מיט א ביציקיל ווי מיט א פענסי Pilot אדער Navigator וואס פארלענדט ממונם של ישראל.
א used car אויסהאלטען אויב פארט מען נישט long distance קאסט בערך פינעף צו זעקס הונדערט דאלער א חודש. יא... רעכענט עס אויס. אינשורענס, געז, טאלס, א טיקעט דא און דארט וכדומה.
The time to act is now! Join the NORMAL people…!
Ride a Bike!
עס איז פיהל מער געזונטער, וועט אייך שפארען עגמת נפש וועל איר פראבירט צו כאפען די לעצטע מנין מנחה און איהר קענט נישט טרעפען א parking spot, וועט אייך שפארען טיקעטס מיט געלט.
נאר וואס דען... קיינער וויל נישט זיין funny און זיין דער מעשוגענער וואס דרייווט א בייק...
ר' יוסף נ. ע"ה פון בארא פארק פלעגט פארען אין באנק מיט זיין בייק אין בארא פארק. כולו עלמי מודה אז ער איז געווען א צדיק ואיש אמת. מען האט איהם געדארפט ווען נאכלויפען מיט קוויטלעך! נאר וואס דען... ער איז נישט געבוירען געווארען אין א רבישע משפחה איז ער נישט געווען א רבי. אבער ער איז געווען א מדקדק בקלה כבחמורה, געגעבען צדקה און געטהון חסד אהן א שיער. אויב האט עס איהם געפאסט, מעג עס אונז אלע פאסטען.
  געדענקט דעהם דאטום! א' סליחות...
 
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2005 17:23 |
|
| |
עס וואלט נישט געווען א שלעכטע פלאן אז מען זאל דאס איינפירען אין די נייע געגענטער וואס מען פלאנט.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2005 17:30 |
|
| |
א גוטן הרב געפערליך
בשם ר' נתן יוסף דרייען זיך ארום זייער פיל מימרות טייל האט ער בכלל נישט געזאגט טייל האט דער רבי ז"ל נישט געזאגט ממילא איז אינטערסאנט אויב דו קענסט אפשר אליין אנפרעגן דעם ר' נתן יוסף, עס וועט זיין א גרויסע סענזאציע אין פורום
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2005 20:41 |
|
| |
הרב געפערליך, אנטשולדיג מיר פאר דיך מעורר זיין, אבער דיין ארטיקל איז "געפערליך", דו רעדסט דארט מיט געפערליכע רמזים:
"ר' נתן יוסף"... וועלכע ר' נתן יוסף, ער האט אפשר א לעצטע נאמען?, דו מיט דיינע חברים ווייסן מן הסתם ווער דאס איז, איך קען פיל אידן מיט דעם נאמען. ווייטער - "מ'האט געפרעגט דעם רבי'ן"... וועלכע רבי?? אויף היידפארק געפינען זיך אידן מיט גאר אסאך פארשידענע רבי'ס. - "ווען מ'האט געעפנט דעם תלמוד תורה אין וומס"ב"... וועלכע ת"ת? אפשר פאפא צו שאפראן, אדער אפשר גאר סאטמאר....
ביטע פרוביר צו זיין מער ספעציפיש, אז "יעדער" זאל פארשטיין וואס דו רעדסט.
דאנקע שעהן!
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2005 04:26 |
|
| |
נא בארא_פארק זיי אונז מהנה מיט אפאר בילדער
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2005 04:40 |
|
| |
לכבוד די לעצטיגע ווינט פין ביציקלעך איז דא א מבצה(sale) ביי http://www.performancebike.com/?PID=404255
Coupon # 6001231 for 20% Off. $75 or more! Expires 9/30/05
$0.99 Shipping Coupon #100200 (for orders of $79 or more)
You put the shipping code in the first step where it says "Shipping Upgrade code" Then the next step has a place for the coupon.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2005 21:21 |
|
| |
"שייגעץ בייק" ?
לא יכולים להחזירו בתשובה?
אגב. יש לי בחצר שלי שני שייגעצים גדולים, והיום אי"ה אני יסביר להם שאלול הגיע וצריך לחזור בתשובה.
תוקן על ידי - sammy - 08/09/2005 21:25:15
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2005 21:38 |
|
| |
בדרך אגב, אין שיכון סקווירא איז דא א תקנה אז "קיינער" טרא נישט פארן אויף קיין בייק. דאס זעלבע איז מיט קרית יואל, קרית טאהש, קרית וויזניץ און נאך. משא"כ אין קרית נייטרא פארן די קינדער אין חדר מיט ביציקלעך, אויך בחורים און אינגעלייט זעעט מען דארט היפש רייסן אויף ביציקלעך... זעעט אויס נהרא נהרא ופשטי', אדער האט דאס צו טוהן מיט חסיד - יעקע מנהגים...
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 00:54 |
|
| |
בארא פארק.
דו וואלסט אפשר געוואלט קומען מיר העלפן שלעפן מיין בייק ?
מיינע פיס טוען שוין וויי.
כ'מיין אז די סיבה פארוואס מ'זעט נישט קיין ביציקלעך, קומט בעיקר פון בערך די זעלבע סיבה פארוואס מען זעט נישט קיין פערד אויף די גאסן.
און ווילאנג דו וועסט צאלן הויכע עלעקטרי פרייזן און נאך אלץ אנצינדן דיין עירקאנדישאן, אזוי לאנג וועלן אחינו בני ישראל צאלן הויכע געז פרייזן און פארן מיט די קאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 02:11 |
|
| |
שמש'ל
א פערד האט גאר הויכע אויף האלט קאסטען, קען אמאל זיין מער ווי א קאר. ער עסט, ער מאכט שמוץ, און ער דארף זעהן א דאקטאר פון צייט צו צייט, און מ'דארף איהם געבען זיינע וואקסינעישענס, און איך רעד שוין נישט פון די מאססאזשען ווא מ'דארף איהם געבען, אז ער זאל נישט קאמפלעינען.
א ביציקעל, איז פלאג ענד פלעי, ס'האט נישט קיין שום הוצאות, חוץ פאר דער טייער וואס פייפט זיך אויס איינמאל א יאהר....
|
|
|
|
|