| נשלח ב-9/9/2005 15:40 |
|
| |
למען אחי ורעי אדברה נא...
לאמיר אוועקלייגען אלע נארישקייטען אין די זייט...
ווי קען מען צו גלייכען א bike צו א פערד? זענט איהר א פערד'ס קאפ?
איך האב קיינמאהל נישט געהייסען טוהן extreme זאכען. סיי ברוחניות (דרכיה דרכי נועם) און סיי בגשמיות (דברי חכמים בנחת נשמעים).
איך גיי נישט אוועקווארפען מיין קאר. איך גיי נאר אי"ה עס פארקען פאר רוב טאג אדער וואך.
אסאך אינגעלייט זאגען דאך אז מען זאל קויפען מאטאר ביציקלעך... נו... איך הייס דאך נישט מען זאל מאכען א Harley Davidson קלאב אין וויליאמסבורג.
מאנכע זאגען אז מען גאר קויפען די נייע Segway, וואס איז גראדע א גיטע idea, אבער עס איז נישט א דבר השווה לכל נפש, עס קאסט דאך דריי אלפים...
מאכע זאגען מען זאל קויפען Mopeds...
וואס איך הייס איז פשוט א ביציקיל וואס איז א נארמאלע אהנגענומענע mode of transportation פאר טויזענטער מענטשען איבערן וועלט. פון כינע ביז ארץ ישראל...
דאס איז וואס איך פלאן יא צו טוהן מיטען ביציקעל...
- פארען אין ביהמ"ד
- פארען אין פאסט אפיס
- גיין אין באנק
- גיין אין גראסערי פאר א קלייניקייט. די גרויסע ארדער וועט די גראסערי דעליווערען.
דאס פלאן איך "נישט" צו טוהן מיטען ביציקעל...
- פארען קיין מאנסי...
- פארען קיין בארא פארק
- אהיימברענגען מיין סוכה פון לאמבער יארד
- נעמען מיינע קינדערלעך אין חדר
Well… I hope you get the picture
א בייק קאסט נישט קיין Maintenance און עס איז כולו נחת.
אויב פאר אייך "פאסט" נישט צו פארען אויף א בייק ווייל אזוי שטייט אין אייער תורה, דאן דארפט איהר נאך נישט זוכען שטותים מיט לאקשען פארוואס מען קען נישט, עס איז ווי א פערד, לעש אויס דיין עיר קאנדישען וכדומה. פשוט און גראד פאר נישט! ביסט משוגע, נאר עס פאסט דיך נישט מודה זיין אז די ביסט משוגע.
איהר זעט... איך פארשטיי אז פאר שיינע אידען פאסט דאס נישט. איהר וועט דאך נישט זעהן קיין רבי אין דרייווען א קאר. איעדע רבי האט א דרייווער. אבער די המון עם, פיינע ערליכע אידען, ארבייטער און כולל אינגעלייט, מדקדקים בקלה כבחמורה קענען דאך יא פארען אויף א בייק, און מען פארט טאקע איבעראל. נאר נישט אין וויליאמסבורג.
...און אט דאס גייט זיך טוישען.
און דאס איז אמאהל זיכער אז די וועלכע וועלען זיין פון די נחשונים "זכות הרבים תלוי בם".
- די זכות פון אלע מנחה דאווענען וואס ווען פלעגט פארפאסען ווייל ווען עס איז דא א חתונה קין ויואל משה, קאנטינענטאל, בית רחל, עטרת אברהם קען מען נישט טרעפען קיין פארקאינג ספאט פון בעדפארד קארנער וואלאבאוט ביז בעדפארד קארנער דיוויזשען מיט אלע ארומיגע גאסען!
די זכות פון אידיש געלט וואס וועט ווערען געשפארט פון פארקינג טיקעטס.
ועוד ועוד ועוד ועוד....
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 15:48 |
|
| |
מצורף קובץדאס וואלט געווען א גיטע ביזנעס אין וויליאמסבורג.
א בייק rack ווי מען קען רענטען א בייק פאר א פאר שעה.
Gas Prices My Drive Rental Bike Programs in US
Urban and even suburban Americans may be ready to embrace rental bicycle programs as a way to reduce their dependence on gasoline. In Chicago there's talk of another fare rate increase for taxicabs based on fuel costs. These rates are getting painfully high. Combine high fuel costs with increasing scarcity of affordable street parking and vehicle use in the city is impractical at best. Perhaps the American cities are ready for a workable bicycle rental program.
Wired News repots on a successful program at work in France. Technology to keep bikes in working order and to prevent theft are keys to a sustainable program.
Theft is not a problem for Vélo'v. Users must submit their credit-card information to become a subscriber. They also pay a 150 euro ($180) deposit, either by check or credit card pre-authorization. If a subscriber keeps the bike for more than 24 hours, the deposit is cashed.
Technology helps, too, and Lyon's distinctive silver and red bicycles are packed with it. Attempts to steal bikes from a rack set off an alarm, while a built-in lock secures bikes during rentals.
Motion sensors turn on a red taillight when the bike comes to a stop. A microchip exchanges information with electronic bike racks, identifying the bike, the subscriber and when it was rented and returned. Bikes even have sensors that check the brakes, lights, tire pressure and gears every time they are parked. If there's a problem, the station won't rent the bike.
A control center keeps track of the data, sending out mechanics or a shuttle to move bikes from one station to another as needed. The bikes are available 24 hours a day, seven days a week, though currently weekday rush hours see the greatest demand, indicating that people are using the service to commute. On weekends, there's a 2 a.m. rush.
Funding for this system is supplemented by a bus shelter advertising contract. Is America ready for innovative programs like this? Many will say it would never work because Americans love their cars but without the option of good cheap alternatives who is to say. It's an idea to watch.

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 19:31 |
|
| |
דער פראבלעם מיט א בייק סיסטעם: אונזער חשובער מעיאר בלומבערג, ווע שיקן זיינע בלויע חברה טיילן טיקעטס פאר דאבל פארקן דעם בייק. אדער וועט ער מאכן א נייע געזעץ בהלכות פארקינג, אדער וועט דאס גיין אויפן חשבון פון "אבסטראקטינג פעסענדזשערס אן די סיידוואלק", אדער א סעניטעישאן טיקעט פארן לייגן א לויזן "אבזשעקט" אינמיטן גאס...
ווארט נאר צו, מ'וועט זיך בענקן צו די זיסע 115 דאלארדיגע קאר טיקעטס...
ח
רק בדרך אפשר ולשיטתי' ומהלכו של בלומבערג.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 19:50 |
|
| |
מען רעדט שוין אזוי סאך וועגען חתונה אפארדעבל און עס גייט נישט ביים היימישע עולם וועגען "יענער" הידוע (מען לאזט זיך קאסטן יענעמס געלט צו גיפעלען פאר יענעם) (כך שמעתי)
טא! אויב אזוי ווער וועט אנפאנגען פארן א בייק כדי צו שפארן א פאר טאלער (ווייניגער וויפל מען צאלט איבער פאר די טייערע חתונות) עס הערשט דאך די שרעק פון דעם "יענער" הנודע וואס קען נאך בייז ווערען ר"ל ?

|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 20:02 |
|
| |
וועלט מלחמה,
איך מיין אז איינס קען ברענגען דער צווייטער...
קודם זאל מען זיך אויסלערנען פייפען אויף יענעם, און פארען מיט ביציקלעך,
דערנאך, קען מער ווייטער ממשיך זיין דעם קולטור פון פייפעריי, און חתונה מאכען אין מנורה זאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 20:42 |
|
| |
איך בין מאשר אז איך בין געפארן קיין מאנסי מיט א בייק, נישט איין מאל. נאר 3 מאל (נאר 1 וועג).
די מעלות פון א בייק:
א פראבלעם מיט פארקינג. איז נישטא:
א פראבלעם מיט געז. איז נישטא:
א פראבלעם מיט טרעפיק. איז נישטא:
א בייק מעג נאר פארן אויפן סיידוואלק ביז די פערצן יאר.
באקומט א בייק טיקעטש? יא!
פארוואס באקומט א בייק טיקעטס?
פארן אויפן סיידוואלק (זעה מער אונטן).
פארן אויפן פלעטפארם אין טרעין סטעישן.
פארן ראנגוועי אויף א ספעשל בייק ראד.
פארן אויף א הייוועי ווי עס איז נישט ערלויבט.
די חסרונות פון א בייק.
פארן בארג ארויף.
פארן און טונקעלע פלעצער, ווי ס'איז נישטא קיין סיידוואלק.
זאכן וואס מ'דארף אלץ האבן מיט זיך ווען מ'פארט מיט א בייק:
בעק לייט'ס.
פראנט לייט'ס.
א פייפער. (איך פלעג האבן א AIR פייפער אז ס'האט געדונערט, און אויך די שווארצע וואס פייפט זייער הויך)
א ספער רעדל.
א פאמפ.
טאללס (ארבעט געצייג) [ס'איז דא צו באקומען ALL IN 1 ספעציעל פאר בייקער'ס].
א פאר קוואדער'ס אדער א סעלל-פאן.
טרונקען.
העלמעט (לויטן געזעץ נאר ביז 14 יאר).
איך האב באקמען איינמאל א טיקעט פאַרן:
פאָרן מיטן בייק ביים טרעין סטעישן.
פארן אויפן סיידוואלק 1 אזייגער ביינאכט.
פארן אויפן 46 אין ניו ג'ערסי (אויפן וועג צו טינעיק ניו דעזשערסי).
פלעצער ווי איך בין שוין געפארן מיטן בייק:
פון בארא פארק, צו.
מאנסי, 6 שעה.
קראון הייטס, 13 מינוט.
וויליאמסבורג 20-30 מינוט.
מאנהעטען, 30-30 מינוט.
GWB בערך אנדערהאלבן שעה.
פארט לי, 1 שעה (אויב פארט מען אן זיך אפשטעלן קוקן אויף די וואסער אינמיטן ברידזש).
בעלט פארקוועי, 30-45 מינוט.
ריג'פילד פארק.
קווינס, געדענק נישט ווי לאנג.
חוץ וואס איך האב מיר ארום געדרייט אסאך אין ברוקלין מיטן בייק, איבעראל.
אין אפסטעיט ניו יארק:
פון קרית יואל ביז מידלטאון.
פון קרית יואל ביז וואל-מארט.
פון גאלדן היללס (דארט פלעג איך זיין אין קאנטרי) ביז ליבערטי, סוואן לעיק, וואדרידזש, מאנטעסעללא, און נאך אפאר פלעצער כ'דענק נישט ווי זיי הייסן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 20:53 |
|
| |
Jewboy you must be a riot, please post a picture of yourself for public view, we must see what a character like you looks like.
keep your tongue inside your mouth while posing, please
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 20:56 |
|
| |
jewboy
וויפיל קאסט א בייק טיקעט?
מען צונעמען פוינט'ס אויך?
אויף הרי ירושלים פארסטו ארויך מיט דיין בייק?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 21:03 |
|
| |
בןמלך.
דאכט זיך ס'איז שוין געווען בילדער פון מיר אויף ה"פ.
קוק נאך אין חדשות נ"י אפשר וועסטו עס נאך טרעפן.
עפשטיין.
עס איז דא בייק'ס וואס קאסטן און די טאזענטער'ס, און עס איז דא בייקס וואס קאסטן "נאר" און די הונדערטער'ס.
מיין בייק אין ניו יארק האט געקאסט ארום 550$ א TRAK זייער א גוטע בייק, איך האב עס גוט אויסגענוצט, יעצט שטייט עס פאר סעיל אין ב"פ.
אין ירושלים האב איך אויך א בייק, באט איך נוץ עס כמעט נישט, ס'איז משוגענע שווערע בערג דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 21:05 |
|
| |
א בייק טיקעט איז מינימום 100$
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 06:57 |
|
| |
ס'איז אינטערסאנט צו וויסען דער ראוט וואס די האסט גענומען קיין מאנסי וויאזוי ? קען מען פארען פון ברוקלין קיין מאנסי אוהן זיין אויסגעשטעלט צו כאפן אטיקעט איז דא א בייק ראוט ביז מאנסי ?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 09:46 |
|
| |
די וועג קיין מאנסי פון ב"פ.
ברוקלין ברידזש, וועס-סייט הייוועי, GWB, ס'איז דא א לאקלר ראד, און עס איז דא עקספרעסס ראד, מיטן זעלבן נאמען / נאמבער, כ'דענק נישט ווי אזוי ס'הייסט, די לאקל ראד נעמט אייך אריין אוטומאטיש צום 59.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 18:19 |
|
| |
צו די אלע לאקאלע פלעצער, קומט אויס ליט דשובוי אז עס איז שנעלער צו פארן מיט א בייק ווי מיט א קאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2005 01:24 |
|
| |
count me in bp
|
|
|
|
|