עס קלינגט אפשר ווי א געניאלער איינפאל, אבער פראקטיש איז נישט קיין מציאות עס זאל ארבעטן. קודם כל ווי פויליש האט געזאגט, יעדער מוסד וויל זיך אדווערטייזן, צב"ש ווען ראכמיסטריווקא האט געעפענט מיט א יאר צוריק א ת"ת, און עס פארט שוין ארום א באס מיט זייער נאמען, אדער מאשלוי וכדו', האט מען זיי מיט דעם ארויפגעלייגט אויף די מאפע.
מיט עטליכע יאר צוריק האט באיאן געעפנט א ת"ת, און היינט פארן שוין ארום פיר באסעס. דאס איז אדווערטייזמענט!
והשנית,
איז גאר לייכט זיך פארצושטעלן די קריגערייען וואס וועט פארקומען אויף א שטענדיגע באזיס צווישן די קינדער, ווייל דער אינגל איז דאך א באבובער פון 48, און דער אנדערער פון 45, דערצו וועט ער זיצן נעבן א מונקאטשער אינגל, און הונטער דעם א אהרוני אינגל אקעגן איבער דעם זלוני אינגל, וואס דאס איז גענוג אינגרידיענטס פאר א וועלטס מלחמה. און די געשלעגן און צעקות וועט גיין עד לב השמים, די קינדער וועלן אנקומען אין חדר אן גלעזער, מיט צוגראדזשעטע פנים'ער, און צעביסענע הענט.
דערנאך וועט זיך אנהייבן די געראנגל צווישן די מנהלים, דער מנהל וועט שרייען חי וקים אז זיינע אינגלעך זענען ספעציעל איידעלע, און ביי אים אין די גאנצע מוסד איז אזוינס נאך פאר א לעבן נישט פארגעקומען (חי פרעה..). און דער אנדערער מנהל וועט שרייען, וואס'ארא שטותים, ביי אונז אין ביהמ"ד דאווענט ענקערס א אינגל, מ'קען זאגן בפה מלא "ידו בכל ויד כל בו"... ויבא הכתוב השלישי, די עלטערן וועלן אויך נישט זיצן שטיל ווען זיי זעען זייערע אומשולדיגע שעפעלעך אהיימקומען בלוי און גרין, צוקלאפט און צוריסן...
אאטאזזזז.. דו קענסט ווייטער ממשיך זיין די אילוזיע...
 |
|
|