| נשלח ב-7/9/2005 21:44 |
|
| |
רבנים:קאמפיוטער איז יהרג ואל יעבור
רבנים אין מחנכים זענען מוראדיג פארצווייפעלט איבער דעם מצב, ווי מען הערט לעצטענס מערערע מעשות פין אינגעלייט האבן געגליטשט
עס הייסט אז עס קומט ארויס א פרישער קול קורא אקעגן אלע מיני קאמפיוטערס
אגב אז מען רעדט שוין פין קאמפיוטערס, איינער ווייסט ווי עס דא
free wi fi hotspot
אין וויליאמסבורג
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2005 22:15 |
|
| |
װען װעלן זיי שוין האבן די סייעתא דשמיא אויפצוקומען מיט אן עצה צו העלפן דעם פראבלעם אנשטאט נאך קול קורא'ס װאס האבן נישט געהאלפן אין װעלן נישט העלפן
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2005 22:47 |
|
| |
וויכטיגע אסיפה פארגעקומען פריער אין שטוב פון כ"ק גאב"ד קרית יואל שליט"א איבער די שרעקליכע נגע פון קאמפיוטער'ס.
עס האבן זיך באטייליגט דער קאסובער רבי פון ב"פ, ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש, ר' ישראל דוד הארפענעס, און י"א אז אויך ר' יצחק שטיין.
ווער עס האט מער פרטים ביטע פאוסטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2005 23:07 |
|
| |
איז דער פירער פון דזשעי נעט געװען דארט אדער גייט מען אסר'ן אפילו מיט א פילטער
תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 08/09/2005 1:28:13
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2005 23:21 |
|
| |
דער אסיפה איז בנוגע קאמפיוטערס, אדער אינטערנעט?
בכל אופן, לאמיר הערען דעם דעת הקהל, וועט דער מעמבערשיפ אין חדשות אנש קלענער ווערען?
וועסט "די", יא די דער וואס ליינט יעצט דער ווערטער, אוייף הערען קוקען דא אין דיע וועב זייטלעך?
(בד"א, איך מסתמא נישט, איך ווייס פשוט נישט צו אלץ מיין יצה"ר צו מיין יצר טוב.)
עכ"פ, פאר וועמען דען שרייבען זיי דער איסור?
האבען זיי באמת נישט וואס צו טוהן מיט די צייט?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2005 06:40 |
|
| |
JNET לאזט אריין נאר אין היידפארק מסורת
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2005 06:47 |
|
| |
j net
האט 5
levels
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 01:51 |
|
| |
וואס איז יעצט דער חידוש?
מען האלט דאך שוין יעצט ביי מודעה נומער _?_?_ אזוי וי עס האט אויפגעטין ביז יעצט אזוי וועט עס העלפן אויף ווייטער. ס'אזי אין מיין דעה א 'לאוסט קעיס.'
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 02:17 |
|
| |
פסיאה, איך האב היינט געהאט א זכיה צו רעדען מיט גאר א אהנגעזעהנער רב אין ווילי, און איך האב איהם געפרעגט וואס טוט זיך מיט די קאמפיוטער אסיפה.
עכ"פ, איך האב נישט געוויסט אין וואס א מאראסט איך טרעט אריין, (ער האט ניטאמאל א שייכות מיט יענער איסור...) און סוף דבר פרעגט ער מיר, היתכן דער עולם שטעלט זיך נישט געהעריג צו מיט דזשעי נעט....
איך האב גע'ענטפערט, דאס האט אויסדריקלעך מיט דער "פרייז" וואס איז מער ווי דאפעלט וואס ווערייזען קאסט.
וואס האלט דער עולם?
וואס קענען די רבנים יא טוהן, און דער עולם זאל אריבער צו דזשעי נעט?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 07:45 |
|
| |
איך מיין אז די אסיפה דארף בייהאנדלען וויאזוי אפצושטעלען די טפשותדיגע עדס קעגן קאמפיוטערס וואס א קראנקער פארשוין שפייט אויס יעדע וואך און פארקלעפט די ווענט.
ער מאכט ליצנות פון דעם גאנצן ענין
מען קען נישט אסערן קיין קאמפיוטערס היינט פונקט ווי מקען נישט אסערן קיין טראקס מיט קארס וואס הארגענען 50 טויזנט מענטשן איאהר.
מען פאלגט איהם ווי דעם קאטער, און מען געוויינט צו דעם עולם אפצולאכן פון אמתדיגע קול קורא'ס
שטאטס אריין צו לייגען כוחות אין ביליגער מאכן דעם דשעי נעט, פליקט ער ארויס מאדנע אנגעמאלכצער און שרייבט נאך אונטער רבנים.
ווער שטייט אונטער זיי?
סאיז נישט ר' אבא חייא טויבער. איך האב אים אליין געפרעגט.
סאיז א הירוס גדול.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 08:26 |
|
| |
באטשי.
SURPRIZE !!!
דו ביזט גערעכט !
די מודעות ווערן - לכאורה - פינאנצירט דורך אפאר עקסטרעמיסטן, וואס הייבן נישט אן צו פארשטיין וואס עס מיינט א קאמפיוטער, און זיי וואלטן ניטאמאל געקענט מאכן דעם צעטל וואס זיי פינאנצירן...
די עצם מודעות זענען זייער א גוטע זאך, אבער דער עקסטרעמיזם דערפון מאכט אפלאכן פון אלע קול קורא'ס.
(איך רעד נישט פון די מודעות אקעגן אינטערנעט, וואו זיי ברויכן נאר אביסל בעסער ארויסברענגען אז זשעי. נעט איז א הצלה פורתא.
איך רעד פון די מודעות אקעגן קאמפיוטער'ס, וואס ווערט געשריבן צומאל אזעלכע נארישקייטן, אז עס רעגט אויף)
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 08:51 |
|
| |
זאלי
נישט SURPRIZE
סאיז SCHOCK
קענסט יא זיין א מודה על האמת, נו פארוואס טוטסטו נישט אזוי?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 13:15 |
|
| |
איך בין שטארק נייגעריג אויב די אלע מודעות קעגן קאמפיוטער'ס דרוקט מען מיט א טייפרייטער? 
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 19:53 |
|
| |
זאלי, די נארישקייטן מיט אסר'ן קאמפיוטער מיינסטו למשל:
די נארישקייטן פון וואס מ'האט שוין געכאפט אן א צאל אינגלעך און בחורים מיט טריפה'נע סי. די'ס. און די ווי די'ס.
צי אפשר די נארישקייטן וואס מ'האט שוין ליידער אסאך געטראפן אז קינדער (בחורים און מיידלעך) האבן זיך אליין מסדר געווען אינטערנעט אקאונטס אויף זייער טאטע'ס אדער זיידע'ס קאמפיוטער, אן דעם זיי זאלן חלומ'ן דערפון.
אדער די נארישקייטן פון דעם וואס מחנכים פארפירן לעצטנס געפערליך, אז קינדער שפילן און ווערן "עדיקטעד" צו די קאמפיוטער געימס, און דערנאך חלומ'ן זיי אין חדר א גאנצן טאג און לערנען נישט קיין אות אחת, און אויטאמאטיש ווערן זיי פארגרעבט און מגושם.
און נאך פיל ענליכע נארישקייטן...
די מערכה מיט קאמפיוטערס פירן אן אידן וואס ווייסן שוין איינמאל וואס א קאמפיוטער איז, און ווייסן שוין גאר גוט וואס דער קאמפיוטער קען אלס - ווייל צו זיי רופן אן די עלטערן און קומען צו לויפן ווען עס איז שוין "דערנאך" רח"ל. דעריבער לויפן די עסקנים פון "ועד החינוך העולמי" צו די רבנים זאמלען אונטערשריפטן אויף די "פשוטע אומשולדיגע" קאמפיוטערס - אן אונטערנעט.
צו ראטעווען די יוגענט ווען עס איז נאך נישט "דערנאך". ה"י.
 |
|
|
|
|
|