|
|
| נשלח ב-11/9/2005 07:36 |
|
| |
בןמלך
נארישקייט מיינט אז מען קען פירען א מלחמה וואס זאל האבען רעזולטאטען, למשל מיט מאכען גדרים וואס יא אין וואס נישט, אין מען קען פירען א מלחמה אז הכל אסור, וואס ליידער זעט אויס אז אין דעם גלגול ווען מען עס שוין נישט קענען דורכפירען.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 07:49 |
|
| |
תכלית, מורי ורבותי, אביסעל רואיגקייט.
איך וויל נאר דערמאנען, אז פאר דער קאמפיוטער\אינטערנעט איז געבוירען איז אויך געוועהן פראבלעמען אויף דער וועלט, אין נישט אסאך א קלענערע פארמאט.
יעצט קראץ איך מיר פונקט אין קאפ, און איך געב זיך א דערמאן פון עפעס א דרשה פון גאלאנטע רב, וואס מ'האט אהנגעקלעבט אלע גאסען דערמיט.
ער האט דע'דרש'נט דארט, אז ער זיצט ביי אסאך גיטין, און 85% דערפין, (!), זענען א דירעקטע תוצאה פון "אינטערנעט".
איך בין שטארק נייגעריק, ווער ס'ווייסט פון עפעס א וועג צו קענען פעסטשטעלען אזא וויכטיגע סטאטיסטיק, אז גיטין ביי אונזער עולם, זאל האבען געשטיגען פון צעהן יאהר צירוק ביז היינט, מיט אזא גרויסע פערצענט. (מער ווי 600%!).
יישר כחכם.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 12:29 |
|
| |
בן מלך
קיינער איז נישט מחולק אז א קאמפיוטער איז מסוכן פאר יונגווארג
אזוי איז אויך א קאר
אזוי איז אויך א שארף מעסער
אזוי איז אויך א עלעקטרישע דריל
ווער לאזט צו קינדער צו דעהם?
מאך פעסווארדס, פארקויף שלעסער וכדוצה
זיי שרייבן נישט אז סאיז מסוכן פאר קינדער, ער שרייבט מטאהר עס נישט האבן אין שטוב
א קינד זעהט דער טאטע האט עס יא, פארשטייט ער אז מדארף נישט פאלגען קיין קול קורא'ס
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 20:10 |
|
| |
גערעכט באטשי,
דאס מיין איך טאקע, מיט די אלע קול קורא'ס פון רבנים ווערט דער עולם כאטש געוואויר וואס נישט יעדער טראכט ביז מ'לערנט זיך אויף די אייגענע וואונד, אז די קאמפיוטער איז ווי א קאר, א גאן, א שארפער עלעקטריק זעג, וואס מ'וועט בשום אופן נישט לאזן אפילו בשוגג א קינד דערצו צוקומען. מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי.
זאלן די עסקנים און רבנים נישט אזויפיל פארפירן וועט מען נאך זיין א שיינע איד און גארנישט טוהן ביז..... ח"ו.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 20:42 |
|
| |
הרב ראזנבלום שליט"א לאויו"ש ר"י שערי יושר, האט זיך אמאל ביי א דרשה אויסגעדרוקט, אז די נייע כלים ווי קאמפיוטער וכדו', זענען אזוי ווי סם וואס מ'לייגט פאר מייז, וואס די מאמע איז די גאנצע צייט פארנומען צו געבן אנווייזונגען פאר דעם "עקסטערמינעיטאר", לייג נישט דא ווייל אפשר וועט דאס קינד אמאל קענען אהין אריינקריכן, לייג נישט דארט ווייל דאס קינד קען עס שמעקן. אבער איין חילוק איז דא, אז די קאמפיוטערס זענען ווי "רויטע צוקערלעך", דאס ציט דאס קינד'ס הארץ מער ווי די סם, דארף מען לייגן פיל מער זהירות און גדרים ווי די סם אז די קינדער זאלן עס חלילה נישט קענען אפילו שמעקן. ודפח"ח.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 22:18 |
|
| |
בן מלך.
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז מען זאל נעמען קינדער און זיי אויסלערנען צו האבן צוטריט צום קאמפיוטער.
א קינד וואס קען האבן צוטריט צו טריפה'נע סי. די.'ס, קען אויך האבן צוטריט - בדרך כלל - צו א קאמפיוטער, אן די עלטערנ'ס רשות.
אבער עס איז דא זאכן וואס מען ברענגט ארויס אזוי עקסטרעם, אז עס ברענגט אן אויטאמאטישע "קאנטער ריעקשאן".
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 07:45 |
|
| |
בןמלך
מיר זענען נישט קיין בעיביס און מיר דארפן נישט די זעלבסט געקרוינטע רעוועלעך זאלן אונז מאכן איסורים.
אדרבה קוק אונזער דעם הייד פארק מסורת. אהן קיין רע-בנים. נאר בעלי בתים און יננגעלייט, רעגולירן זיך אליין, מיט מנהלים אין סגנים וואס איינער קען מיט אמאהל דעם צווייטן. נישט קיין לשון הרע אדער ניבול פה.
אוודאי פאליטיק, שמועסן, הייסע וויכוחים, כמנהג גוברין יהודאין.
מי כעמך ישראל
קוק אהן אין דעם זעלבסט געקרוינטן עולם הרבנות, הדין תורה'ס וההכשרים....
הלוואי זאל עס זיין אזוי ערליך ווי אונזער פארק.
אם ראית צרות תכופות באות לעולם
צא ובדוק בדייני ישראל.
קשוט עצמך תחילה.
זיי האבן איבריג צייט, אין ווילען אויפטוהןץ זאלען אויס ארבעטן פעעסווארד סיסטעמעם וואס קינדער קענען נישט אריין.
ZILCH NADA RIEN ZERO
אזוי פיהל האבן זיי געטוהן.
דשעי נעט האט געמאכט א בעה"ב אין האט געהאט א שווערע מערכה ביז די רע בנים האבן זיך צו געשטעלט. (אוודאי נישט אלע, צווישען רבנים איז אויך דא אפאהר ערליכע אידען SURPRISE)
לאזן זיי נישט קומען מיט קיין איסורים.
האסט א תיקון? רעד. אנישט ליג איינגעלייגט אין לערן פרק!
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 08:28 |
|
| |
באטשי
האסט נאך קיינמאל נישט געקוקט אין קיין אנדערע סייטס נישט אין הייד פארק מסורת?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 08:57 |
|
| |
וואסא
פאר אזוינע פארשוינען ווי דו דארף מען נישט קיין תיקונים.
דו לאכסט זיך דאך אויס פון די גאנצע תורה,
מען רעדט פון אידען מאמינים בה' ובתורתו הק'
תוקן על ידי - baachi - 12/09/2005 8:57:07
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 09:28 |
|
| |
באטשי
שיין פון דיר מיר צו פטר'ען פון אלע תיקונים. דו גיסט מיר עס שריפטליך?
איך לאך זיך נישט אויס פון די גאנצע תורה. נאר פון דיר און דיין גלייכען.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 17:12 |
|
| |
נו! אלול
אלול דארף מען זיין איידעלער אויפן אינטערנעט
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 17:44 |
|
| |
באטשי, איך מיין טאקע אז דו זאלסט אנהייבן פרעגן דיינע שאלות ביי די "חשובע" "הייליגע" בעלי בתים ווי למשל דער ערליכער שוסטער, און סידור קידושין זאלסטו אויך געבן פאר א חשובן תמימות'דיגן קאר סערוויס דרייווער, און ווען דו האסט א פראבלעם זאלסטו זיך לויפן מזכיר זיין אין 47 סטריט. די רבנים מיט "זייערע" איסורים און קול קורא'ס מאכן אלעס חרוב, די וועלט דארף נאר איינזען אז ווען נישט די רבנים און כולל באנק קוועטשערס, וואלט כלל ישראל געווען אויף סאך א שענערע דרגה...
לאמיך נישט פארגעסן צו דערמאנען וואס די גמ' אין סנהדרין זאגט, היכי דמי אפיקורס, כגון דאמר מאי אהני לן רבנן.
איך בין זיכער אז נישט דו באטשי האסט געשריבן די תגובה, איינער האט דיר עס זיכער פארגעשריבן, דו רעדסט געווענליך איידעלער פון דעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 19:17 |
|
| |
בןמלך
קיינער זאגט נישט מן אהני לן רבנן, עס איז דא גרויסע לייט צווישען זיי, אין יעדער פון זיי האט כשרון אויף עפעס.
די צרה ווערט ווען געוויסען רבנים רעכענען זיך נישט מיטן הלכה נאר מיט זייער געפילען.
בדידי הוה עובדה היינט, איך האב מיך מתווכח געווען מיט א גרויסער רב אין ווילי בנוגע עפעס א הלכה, איך האב אים געפרעגט ווי אזוי ער קען זאגען אנדערשט פון א דברי חיים.
זאגט ער מיר אז דער דברי חיים איז נישט נוגע היינט ווייל דער מצב איז אנדערש, אין דער רב האט מיר שיין מסביר געווען דעם חילוק פון זמן הדברי חיים ביזן מצב היום, אז איך האב מיך ממש נישט געקענט איינהאלטען צו לאכען פון זיין ברייטקייט אזוי צו זאגען בשעת פון זיינע ווערטער זעט מען אז ער האט אין דברי חיים קיינמאל נישט אריינגעקוקט, ווייל דער דברי חיים שמועסט יא בפירוש פון א מצב ווי היינט.
יעצט דארף איך הערן א הלכה פון דעם רב?
די היינטיגע דיינים האלטען זיך פאר דעת תורה, אזוי ווי רבי'ס אבער הלכה אינטערסירט זיי ווייניג.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 19:51 |
|
| |
יודל, זייער ריכטיג, עס זענען דא ליידער היבש זעלבסט געקרוינטע רבנים, וועלכע זענען נישט קיין בר הכא זיך מתלבש זיין מיט דעם טיטל. און אויף דעם האט שוין דער הייליגער שינאווער געוויינט מיט באלד הונדערט פופציג יאר צוריק.
אבער דעם תגובה אויף וועלכן איך האב מגיב געווען האט נישט אזוי געזאגט ווי דיר... דוק ותשכח.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 21:52 |
|
| |
בןמלך
דו האסט נישט גוט געליינט מיין תגובה
איך האב גערעט פון זעלבסט געקרוינטע רעוועלעך
קיינער האט זיי נישט אויפגענומען, קיינער האט זיי נישט אויסדערוועלט.
זיי האבן נישט וואס צו טוהן מיט'ן טאג, הבטלה מביאה לידי שממון. די איסורים איז ביי זיי א POWER PLAY
איך רעד נישט פון רבנים וואס זענען מורי הוראה פאר אידען זיי זענען נבחרי העם, אין אוודאי נישט פון די גדולי ישראל די רב רבנן'ס. די אלע איסורים קומען נישט
פון זיי.
א גדול בישראל פאר ער געט ארויס איין איסור טראכט ער הונדערט מאהל.
אדרבה טראכט ארין וויפיל איסורים איהר האט געזעהן פון גדולי ישראל.
איך רעדט פון די זעלבסט געקרוינטע יורשיםלעך.ליידיגייער,
אין אויך פון די פאליטישע ממונים וואס רופען זיך דיינים...
זייערע ווערטער זענען קיינעם נישט מחייב.
זיי ווילען וויכטיג ווערן, זאלן זיי מאכן תיקונים ניט איסורים.
עליהם נאמר כל המעמיד דיין שאינו הגון כאילו נוטע אשירה. ועתיד הקב"ה להפרע ממעמידים - דער וואס פאלגט זיי!
ווער ווייסט צו זיי גייען נישט אריין בגדר פרנס המתגאה על הציבור
אויף די זעלבסט געקרוינטע האב איך געשריבן אז די זעלבסט געקרוינטע - זעלבס רעגולירנדע בעה"ב זענען אסאך בעסער
נישט אויף תלמידי חכמים עוסקים בתורה המרבים שלום בעולם ומקדשים שם שמימ מיט זייער התנהגות.
אויף דעם זענען מיר מתפלל ושים חלקנו עמהם.
 |
|
|
|
|
|