|
|
| נשלח ב-12/9/2005 22:18 |
|
| |
באטשי, גוט!
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 19:36 |
|
| |
עס איז אמאל געווען א פראגראם "עין רואה"
report your eyes.
איך האב שוין לאנג נישט געהערט דערפון, ווייסט איינער צו דאס איז נאך דא צו באקומען?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 14:43 |
|
| |
Some rabbis urge faithful to unplug
Lakewood leaders: Web too dangerous for homes with kids
Tuesday, November 22, 2005
BY JEFF DIAMANT
Star-Ledger Staff
Like so many Americans, Mesh Gelman relies on the Internet for work. But in a move that's likely to complicate his business in international trade, the Lakewood man plans to unplug his home computer from the wired world, shutting out all that's good -- and bad -- about the Web.
Gelman's reasoning is simple: His religious leaders have told him to do so.
The father of four is a member of Lakewood's tight-knit Orthodox Jewish community, whose leaders have declared that Internet access should be removed from homes with school-age children to better protect them from the bounty of sexual images online.
It is more than a suggestion. The community's policy -- formed with the principals of the area's 43 yeshivas, or Jewish private schools, and unveiled in late September -- decrees that any student with home access faces suspension or expulsion on the grounds that even one Internet-corrupted student could sway others.
Rabbi Moshe Weisberg, who has long discussed the dangers of the Web with other Lakewood rabbis, said children are not mature enough to use the Internet and are susceptible to sites sexual in nature, either openly or subtly so.
"Kids can become addicted to the point where it's almost like a drug addiction or an alcoholic addiction," said Weisberg, who runs a social services agency in Lakewood. "Even though there might be some value -- research, schoolwork -- the negatives so far outweigh the positives."
While figures were not available, rabbis said many parents among the Ocean County community's 6,500 Orthodox families have already canceled their Internet subions.
Gelman, who dropped off his 6- and 8-year-old boys at Yeshiva Bais HaTorah yesterday, said he's still trying to figure out how to work at home without the Internet. But, he said, he will, praising the rabbi's policy as "smart."
"The Internet is not a bad thing, but people use it for the wrong reasons," Gelman said. "As a parent, it's hard when kids start asking you things and watching their innocence fall away. You wonder what they can learn on the Web. I know that with one little stroke of the key, you can end up in the wrong place."
While strict, the policy is not absolute. The community's rabbis may make exceptions for parents with e-mail-only access or with home businesses if computers are kept in a locked room or cabinet.
A different section of the policy forbids students from using Palm Pilots, cell phones and/or other hand-held devices with Internet access, though yeshiva principals are not required to expel students if they violate this part.
In a community in which few people have televisions, the rabbis' concerns extend beyond fears about children meeting sexual predators in chat rooms. They also worry about pictures.
"The issue of extramarital sex ... extends to even looking at ladies for pleasure, thinking about other ladies for pleasure," said Rabbi Netanya Gottlieb, principal of Yeshiva Bais HaTorah. "We really ... don't want children to see ladies who are dressed inappropriately ... If that one image goes into a child's head, it can wreak havoc with all the religious instruction."
Elsewhere, attempts to limit Internet use often are criticized as censorship. But Lakewood's Orthodox Jewish leaders said they do not expect any lawsuits.
Indeed, rabbis and people interviewed in Lakewood said there is widespread support for the rules, with little outward opposition save some blogging on the Internet. And they said similar policies in Israel have worked well.
Still, the ban drew some disapproval outside Lakewood.
"I think it's doing a great disservice to the students by prohibiting them from using what is essentially the primary communications medium of our time," said Kevin Bankston of the nonprofit Electronic Frontier Foundation. Bankston hadn't heard of the policy until contacted by a reporter.
Lakewood's Jews comprise about a third of the township's population, community leaders said. The community began growing in the 1940s with the establishment of Beis Medrash Govoha, a yeshiva that has blossomed into one of the world's most prestigious schools for studying the Talmud.
"This is a self-selected group of people that choose to live in Lakewood," Weisberg said. "Being subject to rabbinic leadership here is completely voluntary ... If you're sending your kid to a private school, you've already made a choice. You want to guide your child in a certain direction."
The rabbis acknowledged that children know more about computers than do adults. When they unveiled the policy Sept. 27 at a large meeting, they had Internet experts on hand to teach parents about Wifi and Bluetooth. About 3,000 people attended.
"This was an education for the vast majority of people there, who had no idea what a (wireless) router was," or that a child could take any computer with wireless capacity around the block and use an unsuspecting neighbor's signals, Weisberg said.
Lakewood's Jewish leaders have been warning the community about perils of the Internet for nearly five years.
"Any practicing rabbi has his handful of cases where really good families, good marriages, have been broken up" because of time spent online, Weisberg said.
If the scene at Lakewood's public library is any indication, the rabbis will not get 100 percent compliance. Last Friday afternoon, six boys in traditional Jewish clothing were surfing the Web.
But the rabbis say 100 percent compliance is not the point; they do not plan midnight raids. Instead, they said they expect community members to use the honor system and sign written pledges that if they do need the Internet at home for work, they will ensure that kids cannot use it.
"I'm definitely concerned about my children, about spiritual development and well-being," said Rachel Rappaport, who just canceled the home Internet access she used for her child-care business. "The community is trying to keep itself a safe place for parents to live with families."
Staff writer Mark Mueller contributed to this report.
© 2005 The Star Ledger
© 2005 NJ.com All Rights Reserved.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 19:39 |
|
| |
זאגט די הייליגע גמרא (נדה יג):
אמר רב המקשה עצמו לדעת יהא בנדוי ולימא אסור דקמגרי יצר הרע אנפשיה ורבי אמי אמר נקרא עבריין שכך אומנתו של יצר הרע היום אומר לו עשה כך ולמחר אומר לו עשה כך ולמחר אומר לו לך עבוד עבודת כוכבים והולך ועובד איכא דאמרי אמר רבי אמי כל המביא עצמו לידי הרהור אין מכניסין אותו במחיצתו של הקב"ה כתיב הכא וירע בעיני ה' וכתיב התם כי לא אל חפץ רשע אתה לא יגורך רע.
כ'מיין נישט ק י י נ ע ם צו באליידיגן, און געוויס זיך אליין נישט, אבער צי קען דען א י י נ ע ר זאגן (ווען קיינער הערט נישט) אז ער האט נישט כאטש איינמאל ב מ כ ו ו ן געעפנט א סייט וואס האט אין זיך נישט א סרך איסור תורה, נאר א איסור גמור מן התורה, און קען אריינגיין אין כלל פון נידוי צוליב "גירוי יצר"?
דאס איז דער איינציגער תירוץ אויף די אלע צעטלעך.
קען זיין אז די מערכה איז איבערגעטריבן, אבער הערטס גוט אויס: די סכנה איז ווייט ווייט איבערגעטריבן, מוז די מערכה זיין איבערגעטריבן.
דער טמא'דיגער גוי קאסט איהם נישטיגע אכט דאלאר א יאהר צו עפענען א סייט וועלכער איז אימשטאנד צו דערקייקלען אן אומשולדיג (?) בחור'ל אין שאול תחתית לעולם ועד פון קוקן דארט אין ווייניגער ווי שיעור טומאה ביי יחוד!
וואס דארף מען קוקן צי די רבי'לען זענען געקרוינט צי זעלבסט-געקרוינט? נניח אז זיי האבן גארנישט קיין קרוין, נפלה עטרת ראשינו!
טויזנט מאל טרעפט מען אין די פסוקים אז הקב"ה זאגט פאר אידן איר זענט רשעים עובדי ע"ז און עס וועלן קומען עונישם חמורים, אבער ווען ישעיה הנביא אדער אליהו הנביא דער מלאך אלקים! האבן געזאגט א קרום ווארט אויף אידן האט הקב"ה זיי שטרענג באשטראפט! ובידו רצפה!
מילא מען רעדט פון רשעים, אבער סתם זאגן אז די רבי'לעך זענען מיסט ווייל זיי האבן זיך אליין געקרוינט און דעריבער קזיסטירן שוין נישט קיין מערכה'ס ביים אידישן פאלק - חס מלהזכיר, מיר ווייסן גאנץ גוט אז די רבנים טראגן אלע איין פנים, אבער לאז זיי כאטש נוצן דעם געווער אלס רב - רבי - מוץ -דיין - אדמור - כק - מרן - ווייסעכוואסנאך
וואס ווילסטו יעצט, זאלן נישט קיין צעטלעך? טויזנט מאל ערגער
אויב מרת א. כ"ץ פון מעלות מעג מיר זאגן הדרכות, דאן מעג דער פינף-און-צוואנציג יעהריגער בנש"ק'ל פונקט אזוי, איי ער האלט ווייט נישט דערביי - דאס איז די מעלה פון פאפיר, עס דולדעט אלס, ס'מוז נישט קיין נאמען, דער עיקר: ער זאגט א מ ת אדער ש ק ר?
דאס איז מאסגעבנד. עפעס אנדערש לאז איבער פאר אנדערע געשפרעכן.
וקצרתי...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 20:05 |
|
| |
נבוכד
אז איינעם באדערט א מצב אין יידישן פאלק, זאל ער עס מתקן זיין. נישט שרייבן קיין איסור.
די תורה הק' שרייבט ולא תתורו אחרי לבבכם וגו' וועט מען נישט פאלגן. אבער זיין אויסגעדראשן צעטל וועט מען יא?
וויפיל טפשות און גאוה שטעקט אין דעהם?
דערווייל ווייס איך אז דער בעל הדזשעי נעט מוטשעט זיך זייער, אין די מאלמים אלומים (מאסרין אסרי) הייבן נישט קיין פינגער.
איך האב נאך נישט געזעהן די אלע לעקוואדער רבנטשיקלעך רעדן א ווארט פון JNET
לכן זענען זיי FULL OF BALONEY
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 20:45 |
|
| |
אז ביי די ליטווישע וועט איינער פון א קאמפיוטער נישט האבעןקיין דריסתהרגל וועט עס האבען א שטארקע השפעה אויף אונזער קרייזען.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 22:35 |
|
| |
ס'איז זינלאז דאס דעבאטירן מיט אן עקשן, כ'וועל דיר אבער זאגן עטליכע נקודות:
1. איינער וואס מוז האבן אינטערנעט, קען עפ"י רוב באצאהלן די עקסטרע פופציג דאלאר פאר געפילטערטע, ס'איז בלויז נאך א אויסגאבע.
2. כ'ווייס נישט וואו דו באלאנגסט (בלשון בני אדם?), אבער צי וועסטו דען קויפן OU פלייש אדער עופות ווייל עס איז פיהל ביליגער? כ'רעד חלילה נישט פון נבילה פלייש וועלכע מען קען האבן פאר ווינציגער ווי 99 צענט א פונט, דער אויבערשטער זאל העלפן אז א איד זאל וויסן אז ער מעג האבן בלויז כשר'ע אינטערנעט, איי עס קאסט טייער? זאג נאר, וויפיהל האט געקאסט דיין אתרוג? דאס מיינט נישט אז מען דארף נישט פרובירן אז עס זאל קאסטן ביליגער, אבער א תירוץ איז דאס בשום אופן נישט.
3. די קאליע געווארענע ל"ע וועלן נישט הייליג ווערן פון געפילטערטע אינטערנעט, עס איז אבער א דרכא אחרינא פאר אידן וועלכע ווילן נישט עובר זיין קיין איסורים, און מיט א פילטער (טראץ די אלע שפארינעס דורך וועלכע מען קען זיך נאך אלץ אריינכאפן דא און דארט) איז כאטש נישטא קיין נסיון יעדע מינוט.
4. גראדע קען איך די יונגעלייט וואס מאכן די צעטלעך, דאס זענען די לוח המודעות (כ'האב פארגעסן די קאמפאני נאמען) זיי זענען קווארטירט אין קרית יואל, איינער דארט האט מיר געזאגט אז די מאנסי פלאקאטן ווערן געשיקט צו פירסום פרינטינג און ער מאכט די ארבעט פאר זיי, קאפיעס און קלעבן, זיי פארמאגן נישט קיין אינטערנעט טראצעדם וואס זיי זענען אין די אדווערטייזינג אינדוסטריע, און וועלכער גראפיקער - דרוקער קען עקזיסטירן אהן אי-מעיל? לוח המודעות יא! די קעמפפער קעגן אינטערנעט אין די לענג און אין די ברייט, דעריבער ווען די צייט איז ענג שיקן זיי די צעטלעך דורך א פאקס, איך האב שוין טאקע איינמאל באמערקט אין מאנסי די לוח המודעות איז פון א פעקס, נישט קלאר, קען זיין אז דאס איז איבערגעטריבן, אבער דו פרעגסט צי מען מאכט די צעטלען מיט א שרייב מאשינקע, עפעס אמת ליגט אין דעם וויצל.
5. די וועכנטליכע צעטלעך קעגן אינטערנעט פארמאגן נישט קיין אונטערשריפטן, זיי זענען: קאריקאטורן; אויסצוגן פון דרשות; אויפקלערונגס רייד און נאך.
6. פאר א צוויי צענדליג יאהר צוריק ווען עס זענען ארויס די בריוו פון די גדולי הרבנים ו ב ת ו כ ם מרן הקדוש מסאטמאר זי"ע, און דער באבאווער רב מהר"ש זצ"ל, להבחל"ח הגאון ר' שמואל וואזנער שליט"א, און אנדערע קעגן פרויען דרייוון, וואס איז היינט אנגענומען ביי מערהייט חסידי'שע היימען אלס א פירצה בחומת הצניעות, איז א שפענדל קעגן דעם אינטערנעט. דער נסיון פון דרייוון איז פיהל גרעסער ווי דער נסיון פון קאמפיוטער א י ן ש ט ו ב ע ר, און טראצדעם וואס רוב וועלט דרייוון פרויען און מיידלעך יא, אבער אין אונזער געטא איז געווארן אנגענומען ווי א פשטות אז נישט, זיי מוטשען זיך נעבעך אין די היצן און אין די קעלט, ווער רעדט נאך די מאנסיער איינוואוינער איז געפערליך, מען דארף אפטמאל שפאנצירן א האלבע שטונדע אנצוקומען פון שטוב צום גראסערי, און פון דארט צום אנדערן געשעפט, און אויב גייט א רעגן אדער איז דא א גליטש - קיין מאן וואלט נישט געוואלט פארזוכן דעם טעם. מען האט עס באקעממפט - און מען האט אויסגעפיהרט. פיהל פיהל אידן לאזן נישט זייערע קינדער גיין צו שטובער אין וועלכע עס געפינט זיך א קאמפיוטער, עס מעהרט זיך, רוב מיטליעהריגע כאפן נישט דעם פראבלעם פון קאמפיוטער.
7. נעם ארויס א ספר'ל וועלכע איז ערשינען פארצייטנס, אנגעהויבן פון די מלחמה צייטן, צב"ש: נעאלאגן; שטעטישע געפעכטן (קראלי, קלויזנבורג אד"ג) אגודת ישראל (יא! שש...) זענען שטענדיג געווען רעוועלעך און מאצלעך אונטערגעשריבן, דער עיקר איז געווען די פאר גרויסע, מען האט געמוזט נעמען קליינע און פיצלעך צו שאפן דעם איינדרוק. מיסטער קאשער אין התקופה הגדולה קלאפט זיך אויף די בני מעיים אז 200 רבנים פון מדינת ישראל האבן מסכים געווען צו די מדינה און געשריבן אתחלתא דגאולה, כא כא כא, ווען דער נודע ביהודה האט מקיל געווען פאר היתר מאה רבנים מאה לומדים אנשטאט לומדים האבן די חכמי הדור געזאגט אז עס איז קולא נישט א חומרא, מען וועט גיכער געפינען מאה רבנים ווי מאה לומדים..
תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 23/11/2005 22:43:18
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 00:46 |
|
| |
תוקן על ידי - baachi - 24/11/2005 0:49:42
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 02:56 |
|
| |
מלךבבל
YOU MISS THE POINT
אז די רבנים שרייבען אונטער זאל זיי וואויל באקומען, אבער העלפען וועט עס א מכה פונקט ווי די מערכות קעגען ציונות האט ליידער נישט געהאלפען אין דערהיים.
אז די ווילסט עפעס אויפטון העלפ אזא ארגעניזאציע ווי JNETוואס לפי דברי באצ'י שטייט שמאל.
אזא זאך ווי JNET אויב דאס איז מצליח קען ראטעווען הונדערט מאל מען מענטשען פון אינטערנעט ווי אלע איסורים וחרמות צוזאם.
נישט דווקא JNET נאר יעדע עצה וואס קען העלפען מענטשען זיך א עצה צו געבן אין דעם היינטיגער וועלט אויפן כשרער אופן דארפען די עסקנים העלפען, אז זיי ווילען צולייגען א קול קורה פון אלע רעוועלעך תבוא אליהם ברכה.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 03:16 |
|
| |
אז מען רעדט שוין וועגען דעם, מען דארף משנה זיין און צולייגען צו דעם דזעי נעט נאך א software וואס דאס זאל מען לייגען אויף'ן קאמפיוטער, און עס זאל פילטערען אפילו למשל ער גייט אויף די אינטערנעט נישט דורך דזעינעט.
היינט צו טאג, ווען איינער האט א קומפיוטער מיט דזעי נעט, קען ער גאר לייכט ארויס דיילען דורך די מודם, און אנקומען ווי ער וויל.
ווער רעדט נאך ווען די וויירלעס כאפט אויף א נעטווארק, דעמאלס איז עס אפילו שנעל.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 04:43 |
|
| |
ב"פ
לא שביק איניש היתירא ועביד איסורא
גם א תיקון איז בעיקר געמאכט פאר ווער סוויל זיך אפהיטן, כדי ער זאל נישט דורכפאלען באונס צו ברצון, נישט פאר עבריינים. קען מען דען אלעס פארהיטן?
תוקן על ידי - baachi - 25/11/2005 4:54:14
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 04:56 |
|
| |
well said botchy
jnet איז געמאכט פאר די וואס ווילן נישט, נישט פאר די וואס ווילן יא
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 05:25 |
|
| |
באטשי שרייבט:
נבוכד
אז איינעם באדערט א מצב אין יידישן פאלק, זאל ער עס מתקן זיין. נישט שרייבן קיין איסור.
די תורה הק' שרייבט ולא תתורו אחרי לבבכם וגו' וועט מען נישט פאלגן. אבער זיין אויסגעדראשן צעטל וועט מען יא?
וויפיל טפשות און גאוה שטעקט אין דעהם?
דערווייל ווייס איך אז דער בעל הדזשעי נעט מוטשעט זיך זייער, אין די מאלמים אלומים (מאסרין אסרי) הייבן נישט קיין פינגער.
איך האב נאך נישט געזעהן די אלע לעקוואדער רבנטשיקלעך רעדן א ווארט פון JNET
לכן זענען זיי FULL OF BALONEY
=====================
באטשעלע טייערער, כאטש געווענליך שרייבסטו דברים של טעם, מוז איך דאס מאל מחולק זיין מיט דיר.
ס'איז ידוע פון כמה וכמה ספרים אז אית אמונה ואית אמונה, עס זענען פארהאן צוויי סארטן אמונה, אמונה מוחש און אמונה מושג. דאס הייסט אזוי, יעדער מענטש גלייבט אין שכר ועונש, און דאך טוט ער עבירות און כאפט נישט אריין מצוות יעדע רגע, פארוואס? ווייל די אמונה אין שכר ועונש איז א אמונה מושג, דאס הייסט מען האט א "השגה" דערינען, מ'משל'ט זיך אויס אז אין צענדליגער יארן ארום וועט מען מיך אפיר נעמען היתכן איך האב.... (לייג אריין וואס דו ווילסט...), אבער די תאוה פון יעצט איז א "מוחש", מ'שפירט עס, די תאוה רייצט און ברענט, און דאס איז געווענליך שטערקער ווי א מושג.
ווען מ'זאל א מענטש געבן א שכר מוחש אויף דער וועלט, למשל אז דו זעצט זיך לערנען יעצט פאר 8 שעה ברציפות באקומסטו די מיליאן דאלער וואס איך האב דא אין מיין האנט, ווער וועט דען נישט לערנען פלייסיג? דאס איז ווייל דער שכר איז א מוחש, עס ווערט פארווירקליכט אקעגן מיינע פליישיגע אויגן. וכן להיפך, אויב מ'וועט זאגן א מענטש, דו זעהסט דעם גרויסן שטעקן? אויב גנב'עסטו למשל, באקומסטו מיט דעם שטעקן 150 געבראטענע שמוץ אזש ס'וועט שפריצן בלוט, וועט ער זיך איינהאלטן פון גנב'ענען, ווייל דער שרעק פונעם עונש שטייט אים פאר די אויגן, און ער ציטערט דערפון. און הגם מיר אלע גלייבן אז דער קלענסטער שכר פאר א מצוה איז מער ווי א מיליאן דאלאר, און דער קלענסטער עונש איז הארבער ווי שמייסן מיט א שטעקן, דאך איז עס בלויז א "מושג", נישט קיין מוחש.
ווי אזוי האבן איינע פון די צדיקים געזאגט א מליצה ישרה, רבש"ע, ווען דו זאלסט שטעלן דעם גיהנם אינמיטן הויפט גאס, און די נסיונות באהאלטן אין ראשית חכמה, האסטו א טענה צו באשטראפן א מענטש, אבער יעצט אז די תאוות און נסיונות רייצן די אויגן אין אלע גאסן, און דעם שער הגיהנם האסטו באהאלטן אין ראשית חכמה, נו מה יעשה הבן שלא יחטא? – דאס איז לפי דברינו פארשטענדליך, ווייל די תאוות זענען ליידער א "מוחש", אפן גלוי לעין כל רואה, און די עונשים דערצו איז א "מושג", עס ליגט באגראבן טיף אין הארץ וואס מ'האט אלס בחור געזען אין ראשית חכמה....
כלפי מה דברים אמורים? אין הכי נמי, די תורה האט געווארענט "ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם", מ'ווערט באשטראפט הארב פאר עריות, אבער ווען דער מענטש האט דעם נסיון דא, ער זיצט ביים קאמפיוטער, ביים אינטערנעט, און קען טון וואס ער וויל, וועט דער נסיון געווענליך גובר זיין דעם פחד פארן עונש. דער תאוה איז א מוחש! דאס איז ביי אלע עבירות, און בפרט ביי עריות, וואס חז"ל זאגן שוין "אין אפוטרופוס לעריות", און אפילו גאר גרויסע הייליגע צדיקים זענען אויך אסור ביחוד....
און דא קומען די רבנים אריין אין פיקטשער. אפגעזעהן וואס די רבנים זענען היינט, יעדער לפי שיטתו זה בכה וזה בכה, אבער אז זיי האבן סיי וועלכן כח, און בעיקר דעם כח פון פארשיקן די קינדער פון די מוסדות, האבן זיי א גרויסן כח – זיי מאכן דעם עונש אויך פאר א "מוחש", און מענטשן ציטערן. און דאס וואס מ'האט אצינד געטון אין לעיקוואד יוכיח. ס'איז נישט אז פארן "ולא תתורו" האט מען נישט מורא און פארן אויסגעדראשן צעטל יא, נאר אדרבה, "דברי תורה צריכים חיזוק", א מענטש האט א יצר הרע און ער דארף דעם חיזוק, אויב די ווארענונגען פון די רבנים וועלן דערשרעקן נאר איין מענטש, די אלע בילדער וועלן איין תמים אנשרעקן, האט זיך עס געלוינט.
און איך ווייס טאקע פון מערערע (מיטל-יעריגע) אידן וואס אינטערנעט ביי זיי איז "יהרג ואל יעבור", און דאס איז זיכער בלי שום ספק א דאנק די אלע "אויסגעדראשענע" צעטלעך. מסתמא ווייסטו אויך פון אזעלכע.
די רבנים דארפן טון זייערס, אויפפאדערן און דערמאנען בכל עת ועונה, אין יעדע דרשה, און מיר דארפן פאלגן ווייל מ'דערמאנט זיך פונעם ולא תתורו. די רבנים זענען נאר מקיים דעם "עשה סייג לתורה".
עכ"פ דאס איז מיין דעה. אויב האלטסטו אנדערש, אדרבה, לאמיר הערן!
 |
|
|
|
|
|