דער שבת איז שוין אונטערגעגאנגען ?
איך האב שוין אסאך מאל געזען די צעטעל וואס קאשויער רב ז"לס זון און איידעם זאגען נאך פון אים אז ער זעט ווי דער שבת גייט אונטער וויל איך וויסען אויב איינער זעט עס שוין היינט נאך א פאר יאר וואס ער לעבט שוין ליידער נישט. איך זע נישט אז עפעס איז היינט אנדערש נאכדעם וואס וויליאמסבורג האט שוין ב"ה א עירוב ווי יעדער קען טראגען (מדארף טאקע האבען אביסעל מסירת נפש אבער א עירוב איז דא)קאשויער רב זי"ע ועכ"י איז זיכער געווען א גרויסער מענטש און אפשר בין איך נישט גענג הייליג עס צו זען. אבער דעווייל לייגט מען יעדע וואך די זעלבע צעטלעך וואס העלפט ממילא נישט נאר מאכט נאר ערגער די שטארקע פעסטע כח וואס די רבנים האבען.....
|