| נשלח ב-9/9/2005 21:44 |
|
| |
קארופציע ביי בית דין?
נעכטן נאכט בין איך געווען ביי א שיעור אין פרשת השבוע. האט דער פארלערנער מרחיב הדיבור געווען אין דעם ענין פון שופטים ודייני ישראל, און טיף אריין אין דעם הארבן ענין פון גיין צו ערכאות, און די גרויסע עונשים דערויף.
דערנאך האט ער זיך צעברייטערט און אריינגעלאזט אין א לענגערן שמועס אין די סיבות וואס מאכט מאנכע אידן פארלירן די צוטרוי צו אידישע בתי דינים און זיי לויפן דעריבער אין קאורט.
האט ער מיט א שטארקקייט געזאגט, אז עס זענען פארהאן געציילטע בתי דינים, וואס זענען ליידער קארופטירט, עס איז א פשוטער ביזנעס, עס פירט זיך פונקט ווי א "Law firm" און אמאל נאך ערגער.
עס איז דעריבער א פליכט אויף יעדן איד וואס דארף אמאל צוקומען צו א בית דין, הן בין איש לאישתו, והן בין אדם לחבירו, זאל זיך גוט נאכפרעגן צו וועלכע בית דין צו גיין, אזוי ארום זיך פארמיידן די עגמת נפש פון אריינפאלן אין נעץ פון א פאלשע בית דין.
עס איז געווארן - ווי פארשטענדליך - א הייסע דעבאטע צווישן די עטליכע אידן ביים שיעור, ווי עס זענען געווארן אויפגעברענגט כמה וכמה מעשיות פון התפעלות וויאזוי די גוטע בתי דינים האבן באהאנדלט ענינים, און פארקערט וויאזוי די "ביזנעס בתי דין" האבן טיף בא'עולה'ט מענטשן.
איין חשובער אינגערמאן האט דערציילט א מעשה נורא וואס האר און נעגל שטעלן זיך אויף. (ער האט עס דערציילט מיטן נאמען פון דעם בי"ד, טענה'דיג אז ס'איז מצוה לפרסם. אבער איך וועל מיך מונע זיין פון זאגן נעמען, אפשר איז עס לשה"ר).
ער הייבט אן: וויבאלד דער פלוני געוויסער ראש בית דין אין וומסב"ג - לאמיר אים געבן א פיקטיוון נאמען, זרח - איז דאך א ביזנעסמאן, ער זוכט פשוט ארויפצוארבעטן די הכנסות פון דעם "געשעפט" זיינעם, דעריבער איז ער געפאלן אויף א וואזשנע המצאה, ער פאר זיך אליינס, דער זרח טוט זיך אדווערטייזן אלס א "טוען", מיט זיין טעל. נומער. צווישן נאך פיל טוענים איז אויך אדווערטייזט אונזער "זרח". אזוי באקומט ער ביזנעס און מאכט פרנסה אלס א טוען. אביסל דערנעבן אין טעל ביכל איז דא נאך אן אדווערטייזמענט, פון א "בית דין". מיט דעם זעלבן טעלעפאן נומער ווי דעם טוען... א געוואלדיגע המצאה, א כל-בו געשעפט, אלעס אינאיינעם א פול סערוויס טוען, און אויך, א פול סערוויס בית דין.
נו, וואס שלעכט? אפשר טאקע גוט, וואן סטאפ שאפינג.. אבער, לאמיר צוקוקן אביסל פון די נאנט די גרויסארטיגע פארצווייגטע פעולות פון דעם "טוען-בי"ד", א איד קומט אריין פארלוירן: מיין שכן האט מיר ארויפגעלייגט אן עיקול, איך דארף שוין א טוען. בארואיגט אים ר' זרח, און זאגט אים, זיי נישט פארלוירן, פאר א נישטיגן פרייז גיב איך דיר א "הסרת העיקול". וחסל. קוקט אים יענער אן מיט פרעגנדע אויגן, נישט וויסנדיג וויאזוי קען א טוען מאכן אן עיקול זאל ווערן אזוי שנעל אויס, דערווייל נעמט דער זרח ארויס א "לעטער-הער" פון זיין "בי"ד", און דער קליענט פארשטייט שוין אלעס. דערנאך איז דער "טוען" ממשיך, יעצט מיט דעם עיקול האט דאך יענער געשיקט א הזמנה לדין תורה, אויב שיקט ער דיר נאך איינס, לאז אים וויסן אז תובע הולך אחר הנתבע, און דו ווילסט דיך מתדיין זיין ביי מיר, נאכן אויסשטעלן א טשעק און די זיצונג איז פארטיג.
די זענען מעשים בכל יום "סטענדערד פראצעדורן" פון דעם "טוען בי"ד קאמפאני". והמפורסם אין צריך ראי'.
יעצט - זאגט ער - גייט ער דערציילן א מעשה וואס האט פאסירט דאס יאר. צוויי שותפים משה און גרשון האבן געהאט א גאר טיפן און שווערן סכסוך, זיי זענען שוין געווען גוט צוקריגט ווען משה איז אריינגעקומען צום "טוען בי"ד" פארלאנגען נישט מער און נישט וויינגער ווי א היתר לערכאות, ווייל צום ערשט מוז ער מאכן א "ליען" און א "ליעס פענדינס" אז גרשון זאל נישט אלעס ארויס ראבעווען, אויך וויל ער שוין אריינברענגען דעם גאנצן סכסוך אין קאנטראל, ווייל ער האט גראדע זייער א גוטן לויער... דער ראש בית דין האט אים נישט אנגעשריגן, און נישט ארויסגעווארפן, ער האט אויך נישט פארלאנגט ער זאל צום ערשט גיין צו א בית דין כשר בישראל. נאך א קורצע ביזנעס מיטינג, איבערלאזנדיג א געהעריגן "סכום הגון" פארן טוען & קאמפאני, האט ער ארויסשפאצירט מיט א היתר לערכאות. ער האט אזוי שנעל באקומען דעם בריוו אז ער האט זיך עס אליינס נישט געגלייבט. שוידערליך!
אבער די מעשה ענדיגט זיך נישט דא. דער שותף גרשון קומט אריין אין ביזנעס איין טאג. ער ווערט דערשראקן ווען ער זעט ווי עס ווארט אים אפ א שליח מיוחד מיט א "בריוו" ווי די קאורט לאזט אים וויסן אז אלע נכסים פון געשעפט זענען געפרוירן,זיינע פריואטע נכסים זענען געפרוירן, און, בייגעלייגט איז אן "ארדער אוו פראטעקשאן" אז ער טאר נישט קומען ביז הונדערט פיס נאנט צו זיין ביזנעס, און ביז הונדערט פיס פון זיין שותף משה'ס הויז. (פשוט פאר זיין זיכערהייט).
גרשון שטייט פארגליווערט און זעט שטערן'ס, ס'שווינדלט אים ביז ארויף און ער פארלירט דאס גלייכגעוויכט. די לעצטע חדשים לויפן אים דורך פאר די אויגן. עטליכע מתווכים האבן שוין פרובירט מפשר זיין צווישן זיי, מ'האט שוין עטליכע מאל גערעדט פון גיין צו א בית דין. ער האט שוין אפילו שטילערהייט געהאט געדונגען א טוען, אלעס איז געגאנגען רואיג, אן קיין טעראר און אן קיין שמוץ. קאורט מאן דכר שמי'. אבער אזא פליק, ביי ארדער אוו קאורט...
ער מאכט אן עמורדזשענסי אפוינטמענט און ער לויפט אויף אלע פיר אריבער צו זיין טוען, מיט וואקלדיגע פיס דערציילט ער דעם טוען ווי זיין לאנגיעריגער שותף משה איז געלאפן צו ערכאות אן א התראה, אן רעדן צו א רב, ער שטייט אן ווערטער.
דער טוען האט אים תיכף געהייסן קאנטאקטן א גוטן לויער. און דערווייל רופט דער טוען אן דעם משה, און זאגט אים, ענטפער מיר בלויז איין שאלה: ווי האסטו נישט מורא צו גיין אין ערכאות אן א היתר פון א רב?, ער בעט דעם טוען זיין פעקס נומער, ער גייט אים ענטפערן מיט די פאקס.
ביז עטליכע מינוט האט דער טוען אויפן טיש א געדרוקטן היתר פון יענע "טוען בי"ד". דער טוען רופט אן גרשון'ען און זאגט אים אהובי ידידי, דיין בעל דין האט א היתר פון ... קא.
גרשון שרייט, וויאזוי קען עס זיין? דער טוען זאגט אים הער מיך אויס, איך האב נישט קיין לעטערהעד, אבער בעל פה קען איך דיר אויך געבן דעם זעלבן היתר, ווען עפ"י הלכה דארפסטו שוין נישט קיין היתר וויבאלד יענער האט דיך אריינגעשלעפט אין געריכט. דער גרשון איז נישט געווען רואיג מיט דעם, האט ער זיך פארבינדן מיט א גרויסן רב אין חו"מ ענינים, און יענער האט דורכגעקוקט זיינע פאפירן און און געזאגט דו מעגסט רואיג גיין להציל את שלך.
ער האט גענומען א גוטן לויער, און געגעבן זיין מעשה, און די קאורט האט פארשטייט זיך אנגעהויבן אויך משה'ן צו קעיר נעמען און קאפענען. משה'ן ווערט זויער, יענער איז אויך אריין.. וואס טוט מען? נישט גע'דאגה'ט. דער קאמפאני קען דאס אויך מסדר זיין. ער לויפט אריבער צום ב"ד קא." און דער טוען-ראב"ד האט שוין ארויסגעדרוקט א בריוו און אפגעשיקט צו גרשון ער זאל שוין תיכף ומיד ארויסגיין פון ערכאות ווייל ער איז א מרים יד בתורת משה!
וואס עס איז ווייטער פארגעקומען איז נישט וויכטיג צום ענין, עס ווערט שפעט און איך מוז שוין ענדיגן, אויך ווייל דער סכסוך איז נאכנישט אינגאנצן פארטיג.
מיר זענען געזעצן און מיט אפענע מיילער געהערט און געשטוינט. איך האב נאכ'ן אויסהערן דאך געהאט אביסל ספיקות אין די פונקטליכקייט פון די מעשה. פריער האט מיך דער פארציילער ארויפגעלייגט אויפן טעלעפאן מיט א גאר חשובן איד וועלכער איז געווען פארמישט אין פרואוון צו שלום מאכן צווישן די צוויי שותפים, און ער האט עס מיר קלאר באשטעטיגט, און ער האט נאך צוגעלייגט, אז ער איז זיכער אז ביז א שטיק צייט וועט זיין א גרויס גערודער פון די אלע מעשי נבלה, און עס קען נישט צו לאנג אנגיין. דער ב"ד דארף נאר טרעפן איין "בחור" מיט ציין אין די מויל און ער וועט אים צושמירן ביז גאר.
איך האב שוין געהאט געהערט פון לאנג אז יענער טוען-בי"ד איז באוואוסט אין די עולם היהדות אלס א צענטער פאר עיקול'ס "הסרת העיקול"'ס והיתרים לערכאות אויף א גרויסן פארנעם אבער אעפ"כ האב איך נישט געקלערט אז דאס איז אויף אזוי ווייט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 21:52 |
|
| |
פארגעס נישט אז יענער טוען ווען ער שרייבט א בריוו האט ער אויך א ספרא דיינא, וואס איז דער מזכיר הבית דין, אין גיט ארויס בריווען וואס מען דארף.
במקרה איז דער ספרה דיינא א איידעם פונעם טוען/ראב"ד/דיין.בית דין.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 07:39 |
|
| |
דער וועב זייטעל איז דאך שוין פארמאכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 14:33 |
|
| |
shreklich, realy shreklich.....what a man cam do to make some money
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 18:48 |
|
| |
מיין תיבה אישית איז באהאגלט געווארן מיט רעאקציע פון עטליכע מענטשן.
איינער בעט זיך אז איך זאל טוהן עפעס ווייל ער האט אין א נאנטע משפחה לעצטנס אויך געהאט א שרעקליכע מעשה טאקע דורך דעם דעם בי"ד קאמפאני.
איינער וויל דוקא וויסן צי דאס איז יענער פלוני ב"ד, אויב יא זאל "איך" ארויס שרייבן דעם נאמען.
אזוי ווי איך ווייס נישט בכלל וויאזוי מ'ענטפערט צוריק אין אישית, וועל איך דא יעדן ענטפערן.
ביטע, ווער עס שיקט מיר פון דעם ענין אין אישית, זאל עס ביטע ארויפלייגן דא ברבים, עס איז נישט אינטערעסאנט צו כאפן יעצט א שמועס אין א ווינקל, יעצט איז עת רקוד, יעדער זאל זאגן וואס ער האט צו זאגן. בכלל בין איך נישט קיין עסקן אין די ענינים, נאר די מעשה איז מיר אזוי אריין אין די ביינער, אז איך האב געשפירט אן אחריות מפרסם צו זיין די מעשה ברבים, אז מ'זאל וויסן זיך אפצוהיטן פון דעם פח יוקשים.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 18:50 |
|
| |
לויט דיין מעשה פארשטיי איך אז די רעדסט פון א טוען וואס וואוינט אויף פען סטריט אין זיין בית דין איז ביי זיך.
בין איך גערעכט
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 19:05 |
|
| |
טוב עין הוא יבורך,
איך וויל נישט זאגן קיין נעמען, אבער ווי איך זעה ביסטו א
קלוגער מענטש, figure it out by yourself
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 23:39 |
|
| |
ענדליך!
ענדליך האט זיך איינער גענומען די קוראזש און שרייבען וועגן אט דעם ווייטאגליכען ענין. איך האף אז עס וועט זיך נישט אפשטעלן ביי דעם, נאר פון דעם גייט ווערן א התעוררות ביי די עסקנים און מאכן אן עק און א סוף צי דעם שוידערליכען בזיון התורה
די מדובר איז דא פונם אזויגערופענעם בית דין "א.מ" אנגעפירט דורך י.ג. און זיין איידעם, איך קען אייך מעיד זיין אז קיין איין ווארט וואס "בן מלך" האט געשריבען איז נישט מוגזם, איך האב מיטגעהאלטען א קעיס וואס איז אזוי ענדליך צי וואס ער דערציילט אז עס איז שרעקעדיג..
אין דעם קעיס איז ער געוועהן א סך הכל פון דריי באזונדערע אומהאפהענגעדיגע אוטאריטעטן, עס האט זיך אנגעפאנגען אלץ פוסק, וואס פסקנט אז מ'מעג גיין אין קאורט און קומען מיט פאליס אינמיטן די נאכט, די היטל האט זיך געטוישט צי א בית דין וואס רופט צי דין תורה היות די אנדערע צד איז זיך געגאנגען פארטיידיגן אין קאורט, אין אינדערצוישן איז ער געווען א "באצאלטע" טוען אויף זייער פעיראול, עס איז ממש נישט צום גלויבן, אבער דא רעדט זיך פון פאקטן וואס קענען ווערען ג'בעקט פון קלארע דאקומענטן, אלע עסקנים און רבנים שאקלען מיטן קאפ פאר אומגלויבליכקייט, אבער קיינער איז נישט גרייט צו טון גארנישט!
רבותי למען כבוד התורה וכבוד בתי דינין שבישראל לאמיר נישט שווייגן, לאמיר זיך אלע מיישב זיין צוזאמען וואס קען דא געטון ווערן צי אפשטעלן דעם שלאנג, עס קען קיינער נישט זאגן מ'מיינט נישט מיך דא, היינט איז עס דער, מארגען א צווייטער, אסאך איז שוין אויפגעטון געווארען פון אט דעם פלאץ, לאמיר זעהן וואס מ'קען אויפטון אין דעם הינזיכט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 23:42 |
|
| |
פארוואס שרייבט מען נישט ארויס זיין נאמען?
י"ר? יודל גרובער?
ווער איז זיין איידעם?
דאס איז דאך נישט קיין יחיד? דא רעד מען פון א פובליק אישו.
תוקן על ידי - מענדלדרעי - 12/09/2005 0:17:43
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 00:24 |
|
| |
איך האב אויך פארשטאנען אז ער איז דער מדובר.
איך האב שוין לאנג געהערט פון די מעשיות.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 00:42 |
|
| |
יא! דא רעדט זיך פון בי"ד "אורחות משפט" אנגעפירט דורך ר' יודל גרובער אלץ ראש בי"ד און זיין איידעם עהרנטאל אלץ "מזכיר הבי"ד", די צייט ערלויבט נישט יעצט מרחיב צו זיין את הדיבור, איך וועל בל"נ שפעטער שרייבן באריכות די מעשה וואס איך האב מיטגעהאלטען.
איך קען ענק נאר איין זאך זאגן: דא רעדט מען פון יודיש בלוט וואס ווערט געטרינקען אויפן געמיינסטען אופן, סאך סאך ערגער ווי "בן מלך" פארגלייכט צי א לאו-פירם ווייל די אולטמאטיווע שטעקן וואס זיי האבן איז זייער א שטארקע, שטערקער ווי יעדער "ארדער אוף פראטעקשאן" דהיינו "כתב סירוב"!
ווי געשמיסט טוישט זיך די לעטערהעד צי א בי"ד וואס רופט צי דין תורה, ווייל די האסט געהאט די חוצפה זיך צי פארטיידיגען אין קאורט, און ביי דעם פאל האט דער נתבע קלאר געענטפערט, איך וויל מיך נישט ביי ענק מתדיין זיין, אבער זיי גייען ווייטער מיטן פראגראם און שיקן דריי הזמנות איינער נאכן צווייטען, און אויפאיינמאל באקומט איר דעם טעלעפאון: רעב ברוך ס'דא צעטליך אויף דיר אין בית מדרש פלוני אז די ביזט א מסרב לדין! און דעם סטראשונקע ניצען זיי דורכאויס אלע התדיינות'ן און גלייבטס מיר רבותי, קיינער וויל נישט זיין נאמען צישמירט אין אלע בתי מדרשים... הפנים אז זיי האבן אזעלכע מיטלען וואס קיין שום קאורט אדער אנדערע בי"ד\טוען האט.
עס איז צייט צי טון עפעס למעשה, אויב האט איינער א הצעה ביטע עס פארלייגען דא אדער אין תיבה אישית
א דאנק
תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 12/09/2005 0:42:30
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 00:49 |
|
| |
צום אלעם ערשטן, זאלן אנגעזעעהנע חשוב'ע קהילות (ווי למשל צד ר' בן ציון דק"ק באבוב) מחרים זיין אזעלכע סארט דיינים און זייערע טאקטיקען, און אוודאי און אוודאי, נישט זיך משתמש זיין מיט זיי.
חוץ ... חוץ אויב זיי אליין דארפען צוקומען צו די סארט מעשי נבלות. און אויב איז דאס די קעיס, דאן איז ליידער א פארלוירענער שפיל, ווייל אז די קאפ שטינקט וויל איך נישט ארויס זאגן וויאזוי דער וויידל זעהט אויס..
וכדי בזיון וקצף.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 00:51 |
|
| |
מיש נישט אריין ר' בן ציון.
ער האט איהם נישט גענומען פאר א דיין נאר פאר א טוען.
א טוען דארף נישט זיין קיין צדיק
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 00:56 |
|
| |
רחמנות!
מישט נישט אריין דא פאליטיק ווייל דעמאלטס וועט די גאנצע זאך ווערן פארוואנדעלט אין א צירקוס שפיל אזוווי אלע אנדערע אשכולות
דאס איז מסתם אמת, אז ווען די קהילות זאלו זיך צוזאמנעמן און נישט מסדר זיין קידושין פון גיטין פון זיין בי"ד, אדער "היתר מאה רבנים'ס" פון אים (פאר א פרייז האט ער דאס אויך..) וואלט מסתמא געקומען צי א שנעלע ענדע צי דעם בי"ד
|
|
|
|
|