|
|
| נשלח ב-21/9/2005 00:30 |
|
| |
צי וועט עפעס זיך אנטוויקלען פון דעם סקאנדאל? צי וועט דאס בלייבן דא אין היידפארק? דאס ווייס איך נישט, דו באטשי ווייסט אויך נישט.
לאמיר אביסל צו ווארטן.
עס זענען דא אנדערע שרייבער דא אין דעם אשכול וואס שרייען חי וקים אז זיי קומען מיט א באמבע. לאמיר שטיין און זען און נישט ציען קיינע מסקנות און נישט מאכן קיין אויבערפלעכליכע השערות.
ווייל ווי מ'זעט פון צווישן די שורות פון פיל תגובות, האט ער זיך אנגעשטויסן אין אן אייזבארג, און עס איז שטארק מסתבר אז עס וועלן זיך יאווען אידן בדוגמתו אים לערנען א פרק מסכת בלק...
|
|
|
|
| נשלח ב-21/9/2005 02:07 |
|
| |
איך האב מורא אז עס וועט זיך גארנישט אויסלאזען פון דעם סקאנדאל.
איך האב געהערט פון א מקור מוסמך אז יודל גרובער קען זיצען ביי א נארמאלע בית דין ווי א טוען, אין טרייבען ליצנות ווען א צד שני זאגט אויסגעהאלטענע טענות, במקום צו ענטפערן, אויף יענעם'ס טענות.
מילא אז ער האלט ליצנות אחד דוחה מאה תוכחות קען איך פארשטיין, אלע וואס ליינען דעם אשכול זעין דאך וויפיל יראת שמים ער פארמאגט, אבער פארוואס לאזען דאס נארמאלע דיינים צו?
אין א קאורט אויב א אדוואקאט טוט דאס גיט ער אין חד גדיא, אין א בית דין ווי עס איז דא דער שכינה קען מען מאכען די ניגריגע שטיק.
אלא מאי איין האנט וואשט דעם צווייטער, אין דער אשכול איז א שאד.
אגב איך קען פערזענליך ערליכע טוענים.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/9/2005 16:45 |
|
| |
אט איז דער פעקס נומבער אריין צי שיקן וואס איר ווייסט וועגן דעם בי"ד קאמפאני:
646-825-2754
אזוי ווי געזאגט האטלן מיר אלעס אין שטרענגסטען געהיים, און ווער עס וויל קען אריינפעקסן א פאלאנג צו רעדן צי א רב, ביטע לאזט איבער אייער טעלעפאון נומבער ווי מ'קען זיך מיט אייך פארשטענדיגען.
די אינפארמאציע גייט גענוצט ווערן צו נעמען צי רבנים, און אויפשאקלען דעם עולם התורה ויהדות, ווייזען לעיני ישראל וואס פאר א רשעות און מרידה בהשם דא גייט פאר אן קיין שום בושה פאר יארן לאנג. מיר ארבייטן שטאטליך און נישט ווילד, מיר ווייסען אז עס וועט נעמען אסאך געדולד און שטארקייט דאס דורכציפירן, אבער מיר זענען בטוח אז די אלע פעולות וועט האבן די אויסגאנג וואס מיר אלע ווילן: א ענדע צי יודל גרובער'ס קאמפאני. מיר בעטן אייך נאכאמאל, שטייט אונז צי הילף, יעדער איינער מיט וואס ער קען, בעיקר מיט אריין שיקן ווי מער ערנסטע חומר, זאכן וואס וועלן האבן די ריכטיגע עפעקט אויף די וואס טוען עס דורך.
מיר ווילן דא קלאר מאכן: די מערכה איז נישט קעגן טוענים בכלליות, אזויווי אנדערע האבן דא געזאגט איז דא א שפאר ערליכע טוענים. די מערכה איז קעגן א טוען וואס רופט זיך אויך רב און אויך א בי"ד וואס גיט אים א געוואלדיגע כח כנגד התורה צי דערדריקען די אנדערע צד דורך "היתר ערכאות" און "כתב סירוב'ס" און "היתר מאה רבנים" און אזוי ווייטער, דאס ווערט געפירט דורך באזעסענע בעלי בתים צוזאמען מיט ערנסטע רבנים וואס האבן זיך צוזאמגענומען און מחליט געווען, גענוג! מיר וועלן טון אלעס אין אונזערע הענט צי ברענגען אן ענדע צי די בלוט פארגיסונג, העלפט אונז ארויס וועלן מיר קענען מצליח זיין אין אט די
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/9/2005 17:28 |
|
| |
קלעיר-וויא, חזק ואמץ!
מיר זענען גענוג געפלאגט מיט פראבלעמען, מיר דארפן נישט עס זאל זיצן א געלט פרעסער און בלוט זויגער און רייטן אויפן זאטל פון צובראכענע אידן, זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל אפגעשטעלט ווערן די "פסיעה על ראשי עם קודש" וואס גייט דא פאר אויף אן אומ-נארמאלן פארנעם.
געב נישט אויף! עס מאכן זיך אמאל שוועריקייטן, אבער איר וועט אי"ה סוף כל סוף מצליח זיין. ד' עמך גבור החיל!
|
|
|
|
| נשלח ב-21/9/2005 22:42 |
|
| |
קליערוייו
איך וויל דיר אויך וואונשן ה' עמך גיבור החיל!
אבער זאלסט וויסן אז דו לאזט זיך אריין מיט גרועים שבגרועים, וואס זיי נוצען די ידי עשיו און זיי האבן א תורה צו בארעכטיגן.
מכל משמר זאלסטו אבער זיך היטן נישט צו טרעטן צו קיין גויישע אינסטאנצן פון וועלכער סאיז נאר קאליר.
נישט קיין קארט נישט קיין פאליס אפילו נישט קיין RESTRAINING ORDER
ווייל תיכף רופט דיך מען דיך אויס אלץ "מסור" ודמו הפקר,
פאל נישט אריין אין דעהם TRAP
אלענפאלס זיי גרייט מען זאל דיך באשמוצען כאחד הריקים. די פרעסע האט ער.
און בעיקר וועט מען דיך באשמוצן - מן הסתם אין א "גאסט עדיטאריאל"- אז דו גראבסט אונטער די מערכות הקודש פון די בתי דינים וואס כ"ק רבינו זי"ע האט אויף געשטעלט מיט מסירת נפש בפועל ממש כידוע וכו' וכו'. ווי מען זעהט אז די "ראבאנוט" אין "איזראעל" האט האט איין "אזוי גערופענעם" בי"ד לערעורים. שזה היפך דת תורתינו הקדושה, וואס כידוע אז אלע גדולי ישראל בכל הזמנים זענען געוועהן דערקעגן כמבואר בחו"מ שבית דינא בתר בי דינא לא דייקי וגו' וגו'
זיי גרייט אויף דעהם וועסטו מצליח זיין
תוקן על ידי - baachi - 21/09/2005 23:00:24
|
|
|
|
| נשלח ב-21/9/2005 23:42 |
|
| |
קלעיר וויא,
און אפילו פאר דעם וואס באטשי נ"י זאגט, דארפסטו זיך אויך נישט שרעקן. דער בי"ד מיט איר ראב"ד-טוען-בורר וכל כת דיליה האבן נישט קיין פרעסע, נישט קיין קשרים, אלעס וואס זיי קענען טוהן איז בלויז ארויסגעבן א גרויסן כתב סירוב מיט קידוש לבנה אותיות, אדער אפשר א היתר מאה רבנים דיך צו ערלעדיגן. נישט מער.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/9/2005 06:41 |
|
| |
ישר כח פאר די דברי חיזוק..
איך האלט אויך אז ער האט נישט קיין שום כוחות מער ווי א בי"ד לעטערהעד (וואס איז באמת א גרויסע כח..) אבער איך האלט אז יעצט האלט מען שוין ביי א פונקט ווי "יעדער" וואלט אים געוואלט זעהן אראפ פונם האריזאנט, קיינער האט נאר נישט די מוט זיך צו נעמען דערצו,אבער אזויווי אונז פאנגן אן אונזער מערכה וועט איר זעהן ווי אלע רבנים און עסקנים כאפן זיך צו, און קיינער קיין שום רב, דיין, אדער צייטונג וועט ארויסקומען אים מחזק צו זיין. אזוי איז אונזער השערה, אויב בין איך זיך טועה, זענען אונז ווי געזאגט גרייט אויף דעם אויכעט.
א דאנק
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/9/2005 19:00 |
|
| |
קליר
איך מיין אז די זאלסט אנהייבען רעדן מיט די בעסערע דיינים, ווי מכון להוראה אין טארטיקאב, אין התאחדות הרבנים.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/9/2005 20:42 |
|
| |
איך האב געכאפט א שמועס מיט אן ערנסטן רב, און עס האט זיך אריינגערוקט דער נושא וואס קאכט זיך לעצטנס מיט דעם באנדיט מר. גרובער. ווי ערשטוינט בין איך געווארן, ווי נאר מ'האט בארירט דעם נאמען, איז ער ממש בלאס געווארן און געזאגט, אויב וועט מען דאס נישט תיכף אפשטעלן, קען נאך ארויסקומען גרויסע חורבנות, דאס איז א מענטש וואס מאכט חוזק פון דעם גאנצן ענין פון דין תורה, און מיט די שטעקענעס וואס ער האט - זיינע לעטערהעד'ס - האט ער שוין צובראכן פיל אידישע שטיבער, און אנגעזייט חורבן און איבערקערעניש ביי פיל חשובע און היימישע משפחות.
דער רב איז פערזענליך באקאנט מיט מערערע פעלער ווי דער טוען/בורר/טעראריסט האט אפן געארבעט נגד התורה ונגד השו"ע אן א שום מורא און אן הארץ קלאפעניש בין איש לאישתו ובין אדם לחבירו. ס'אפילו געווען א פאל וואס ער האט געזאגט דעם בעל דין אז ער דארף נישט פאלגן בי"ד, רח"ל.
נאך מער האט דער רב מורא, אז חוץ פון דעם וואס ער בא'עולה'ט אידן כסדר באופן נורא ומפחיד, ציטערט ער אז אנדערע טוענים זאלן דאס נישט אנהייבן נאכטוהן, יעדער טוען וועט גיין צום פרינטער און זיך דרוקן לעטערהעדס פון א מכלומרשטע בי"ד אזוי ווי גרובער האט געטוהן, און זיך נעמען פייפן אויף די ריכטיגע בתי דינים מיט א גרויסן שופר.. היל"ת!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/9/2005 22:21 |
|
| |
ליכטיג
פאליטיקס אינדערזייט
דער בית פון די התאחדות האט צופיהל פוטער אויפן קאפ אז זיי זאלען זיך וואגן איינצורייסן מיט דעם גרובער.
ולפענ"ד די אנדערע בתי דינים אויך.
לאמיך דיר מסביר זיין דעם יסודות'דיגן פעלער פון אונזער סיסטעם
בנוהג שבעולם דא הי, גייט א בעל דין צו א טוען, און דער טוען רעקאמענדירט איהם א בית דין.
וועלכן בי"ד מיינט איהר וועט ער רעקאמענדירן?
ווי ער האט די מערסטע טשענסעס צו געוואונען!
ווי ער איז היימיש, ווי מקען איהם, ווי ער קען דעם מהלך פון די דיינים. אין בעיקר ווי ער האט שוין געוואנען אפאהר ד"ת
ווען ער קומט צום בי"ד און דער "ראש בי"ד" דערקענט דעם טוען וואס האט ביי איהם געוואונען יענע וואך א גרויסע ד"ת, כאפט ער אז תיכף דעהם טעם פארוואס דער טוען ברענגט איהם ביזנעס, און דער אנדערע צד שכנגד נישט.
טרעפט צו וועלכן טוען דער בי"ד איז יעצט נוטה?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/9/2005 23:36 |
|
| |
אמת אז אלעס דארף א תיקון, בתי דין בכלל זענען ליידער נישט דאס זעלבע ווי אמאל, און איך מיין אז אפשר די בעלי דינים זענען אויך נישט דאס זעלבע ווי אמאל.
עס איז אבער נאך אלס א אומדערהערטע חוצפה און ליצנות פון כל הקודש צו אנפירן מיט די חוזק מהלך פון א " פשוט'ן פראסטן טוען " צו שפילן מיט דריי פנימ'ער אויף איינמאל, צו ערשט ווערט ער פאר דעם בעל דין א טוען און לאזט זיך גוט באצאלן, דערנאך ווערט ער א בי"ד און שיקט א הזמנה פאר זיין קליענטס צד שכנגד, דערנאך ווערט ער א טוען און א בי"ד אינאיינעם ווען ער נעמט אראפ עיקולס און איז מתיר לערכאות, און שרייבט סירוב'ס, דערנאך ווערט ער צוריק א " תמימות'דיגע " בי"ד ווען ער נעמט אראפ די איסור לערכאות וואס אן אנדערע בי"ד האט ארויפגעלייגט אויף "זיין" באצאלטן קליענט, אזוי אויך נעמט ער אראפ דעם סירוב פון זיין קליענט ווען א בי"ד כשר בישראל גיט ארויס אויף אים א סירוב ווייל ער איז נישט ציית דינא, פארשטייט זיך דאס אלעס אויך פאר א שיינע מטבע אנצוזעטיגן דעם טוען'ס גרויסן אפעטיט. וחוזר חלילה.
ולא יעשה כזאת בישראל. עיוות הדין שאין כדוגמתו!!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2005 14:17 |
|
| |
באטשי
לויט דיין קאפ איז דער אמעריקאנער בית דין סיסטעם קארופטירט?
וואס פאר א פוטער ווייסטו אויף בית דין התאחדות? אויב עס וואלט געווען וואלטען עס די אהרונים שוין יעצט גענוצט ביי דעם הזמנה פון רז"ל.
די איינציגע פראבלעם וואס איז זע איז אז התאחדות וועט נישט האבען קיין אימון קעגען גרובער, ווייל מען וועט זאגען אז זיי טוען אז פאר נקמה, נאכדעם וואס זיי האבעם אים ארויסגעווארפען בשן ועין.
איך מיין אז אזא ישועה קען קומען פון די עדה החרדית, לויט ווי איך פארשטיי פון דעם אשכול האבען זיי זיך שוין באגעגנט מיט זיינע מעשים טובים.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2005 17:03 |
|
| |
עפשטיין
"וואס פאר א פוטער האט די התאחדות?"
דו מאכסט זיך?
ווייסטו וואס? ביזט גערעכט! ס'נישט פוטער. ס'איז חלב, (מיט א קמץ אדער מיט א צייריי TAKE YOUR PICK)
תוקן על ידי - baachi - 27/09/2005 17:03:26
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2005 23:55 |
|
| |
איך בין געוואויר געווארן א געוואלדיגע חידוש, נעמליך, אז דער חשובער מזכיר "הבי"ד" וספרא "דדיינא" און שבת גוי פון דעם טרויעריג בארימטן טוען/בורר/טעראריסטן קאמפאני, איז לעולם א פאלנער פשוטער מארגעזש בראוקער, ער האט נישט קיין שום שייכות צו חו"מ און צו די אלע האקעלע ענינים מיט וואס ער באגעגנט זיך, און וועלכע ער טוט מכלומר'שט פארטרעטן. און אלס פארט טיים דזשאב קלאפט ער אפ עפעס צעטלעך און חתמ'עט אונטער זיין נאמען, אזוי ארום איז דא א פארטיגע "פעמילי קאמפאני", שווער און איידעם האנט אין האנט, זיך אנשטאפן די קעשענעס מיט געלט פון יענעם'ס צרות, ביי יענעם זאל זיך גיסן בלוט, און די משפחה מאכט דערווייל א לעבן...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 03:41 |
|
| |
נו ר' קלעיר וויא,
שוין אדורך א שטיק צייט, ווי האלט די פראגרעסס??
האסט עפעס אן אפדעיט? וואס האט מען שוין אויף געטוהן??
גרובער ווייסט שוין לכה"פ, אז איינער קלעיר וויא איז קעגען אים??
|
|
|
|
|