| נשלח ב-11/9/2005 04:21 |
|
| |
ברכת הבנים - מיכאל
איך האב שטארק הנאה פון דער נייע סי-די פין מיכאל, אבער איך האב באמערקט א גרויסע (נאט דע ענד אף דע ווערלד) טעות.
אין דעם צווייטע ניגון - ברכת הבנים - בענטשט דער טאטע זיין טאכטער, און אנשטשאט זאגן "ישימייך", זאגט ער "ישימכא" (איך האב נישט פינטעלעך).
"ישימכא" זאגט מען צו א זכר, אבער צו א נקבה זאגט מען "ישימייך".
וצע"ג ובלצ"ג בב"א
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 05:35 |
|
| |
מהיכי תיתי, אבער וואס אין דער וועלט מיינט דאס "די טאטע מאכט א אישקע?"
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 06:47 |
|
| |
א אישקע מיינט א מאכל וואס עס איז פון טאמעטא'ס מיט צוויבעל מיט "הערינג" די פוילישע חסידים ווייסען פון דעם צו זאגען און סקווירא ווייסען זיי אויך וואס דאס איז !
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 07:29 |
|
| |
איך מייין אז א אישקע מיינט א וועדשטעבל זופ.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 08:02 |
|
| |
מיט קנאבל
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 08:09 |
|
| |
אהההההה, ביי די קדישים אין גור געט מען דאס.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 08:19 |
|
| |
ביי וועלכע ניגון רעדט מען פון 'אישקע'?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 08:35 |
|
| |
דער טייפ איז גאנץ פיין פאר ווילדע מוזיק ליב האבער
איך האלט אז ער האט פארלוירען זיין חן (?) מיט דעם טיעפ. דער ניגון פון ברכת הבנים איז שיין פון מיט טעותים נישט נאר ישמכה אנשטאט ישימייך וואס איז מיט וכ.. וכ....?
נע ער האט זיך שטארק פארפאטשקעט אנקעגען "דער טאטע הערט
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 08:37 |
|
| |
איך האלט אז "גוט שבת אשת חיל גוט שבת" איז אביסל איבער די מאס...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 17:37 |
|
| |
דוקא מיין אשת חיל האט הנאה געהאט צו הערן אז ענדליך גיט איינער אביסל אנערקענונג פאר די אשת חיל
איך האלט אויך אז ס'איז נישט חסידיש....
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 18:20 |
|
| |
דווקא האב איך אויך ליב געהאט דער "אשת חיל - גוט שבת" ניגון. דאכט זיך מיך אז עס איז ליפא'ס ניגון. נו וואס איז שוין אביסל CUBAN SALSA. אפשר האט ער עס אפגעקויפט פון א פאסטעך.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 21:51 |
|
| |
אינטרעסאנט אבער אז ביים אשת חיל ענפערט קיינער נישט צוריק. זיי לעבן זיך נישט גוט? דער טעיפ איז אזא נערישע טעיפ אז עס אפי' נישט ווערט לצור עפ"י צליחותא. מען קען עס בכלל נישט דערמאנען אין איין אטעם מיט די אנדערע נשמה פלאם טעיפס.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 22:27 |
|
| |
מיט איין ווארט עס האט נישט קיין אידישן טעם
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 22:45 |
|
| |
א הערה, וואס ער האט נאכאמאל אנגעהויבן צו טוהן.
פאר 3-4 יאר צוריק איז ארויסגעקומען די טעיפ'ס פון "אונזערע היימישע זינגער'ס" [כהנא, יונתן שווארץ, ועוד] און זיי האבן אויסגעגראמט "צרות ישראל" מיט אזא חן אז ס'האט ממש געריסן דאס הארץ צוצוקיקן און שטיין גלייכגילטיג.
מען האט אויסגעגראמט א טאטע וואס ליגט קראנק אין בעט, און דער זון דער חתן בעט זיך צו אים ער זאל בלייבן לעבן ביז די חתונה, שומי שמים, מען האט "געזינגן" פון קראנקע אין שפיטעלער, אן אמתע עקל.
לעצטנס האט זיך עס שוין געסטאפט, אבער יעצט האב מיכאל עס צוריק געטוהן, ביים ניגון "ישימך" די צווייטע העלפט.
אנטשולדיגט אויב איך האב שארף גערעדט, אבער איך האב שוין געזעהן ביטערע טרערן ביי א יתום'ל אין די אויגן, נישט צוליב די "געלונגענקייט" פונעם ניגון, נאר נאר צוליב א מעשה וואס איז זיך אום פארלאפן מיט געציילטע חדשים פריער...
ס'איז אן אחריות. א טרער פון אן אלמנה און יתומים איז נישט קיין שפילעכעל
ס'האט זיך שוין געהאט ב"ה אויפגעהערט, און ער האט דאס נאכאמאל געטון. ס'איז נישט קיין שפילעכעל
תוקן על ידי - allnewspic - 11/09/2005 23:14:31
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 23:13 |
|
| |
מאן יימר ס'איז אן עוולה
וואס איז?
ס'פארקלאפט דיר די אפעטיט פון דיין פעטן געפרעגלטן גאנז פאר נאכטמאהל?
דו טראכסט אז ווען דו וועסט נישט הערן די ניגון, דעמאלטס מיינט דאס נישט דיר.
די ניגונים קומען פון דעם ביטערן מציאות, וואס ס'איז כמעט נישטא קין שטוב וואס איז נאכנישט אריבער שווערע צייטן ווי די וואס די בעלי מנגנים זינגן, און דוקא שעפט מען חיזוק פון די טרייסט ווערטער און אמונה ווען די בעל מנגים האבן שכל דאס אריינצולייגן נישט בלייבן סתם ביי די מרה שחורה און קשיא.
נעם למשל אזא לידל פון יונתן שווארץ ווי
מענטשעלע, מענטשעלע, דו האסט טאקע אין די וועלט א חלק
אבער וויסן זאלסטו, ביזט נאר א גאסט, פאר צייטווייליג
איך פיר שוין די וועלט טויזענטער יארן
יעדע זאכן האט א חשבון א קלארן
און דו ביזט קוים געקומען דא צן גיין
הונדערטער צובראכענע הערצער האבן דעם לידל געזינגן מיט טרערן ביי זיך אין שטוב, קאר, שפיטאל, און געשעפט חיזוק דערפון.
אין די היינטיגע וועלט ווען מען זינקט (נישט זינגט) אזוי נידעריג, און דער קאפ ליגט ביי א גרויסע חלק יונגעלייט אין פרעס און אין ערגערע עולם הזה, וועט גארנישט פאסירט אז מען וועט דיר אביסל פארקלאפן דעם אפעטיט פון דיין שווארמע אדער טשייניז פוד און דיר דערמאנען אז ס'איז דא טויזענטער צובראכענע משפחות און מעגסט לאזן א טרער פאר זיי!
יא!
ס'וועט דיר נישט שאדן!!
דעריבער, דערקלער איך צו די בעלי מנגנים, תחזקנה ידיכם, שטעלט אריין ניגונים פון חיזוק אין שווערע מצבים, יא איר טוט דערמיט א גוטע זאך!
תוקן על ידי - אינגערמאן - 11/09/2005 23:14:44
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 23:17 |
|
| |
אינגערמאן

|
|
|
|
|