|
|
| נשלח ב-11/9/2005 23:22 |
|
| |
יונגערמאן איז גערעכט, איך ווייס פון א פרוי וואס איז דורך א שווערע תקופה, און זי האט געהאלטן אין איין זינגען דעם ניגון פון יונתן שווארץ...
אבער מיכאל'ס ניגונים זענען סתם פויעריש אן קיין שום טעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 00:00 |
|
| |
אינגערמאן יישר כח, גערעכט, אבער נאר ווען מ'ענדיגט מיט א בטחון לידעל ווי דו האסט גוט ארויסגעברענגט.
להערה בעלמא, איך ווייס נישט פארוואס דו באזידלסט מיר אזוי, מיט אזעלכע לשונות, איך בין נישט פון די סארט מענטשן וואס זענען פארטון אין תאוות עוה"ז, ב"ה. מסתמא ביסטו סתם אזוי געווען גוט אויפגעלייגט.
ביטע געב אבאכט, קומענדיגע מאל פאר אנדערע חברים, וויאזוי דו רעדסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 00:28 |
|
| |
אקעי אקעי
בארואיגטס ענק
צי עטס האטס יא ליב מיכאלס סטייל פון זינגען אדער זיין נייע טעיפ צי עטס האטס נישט ליב איז עפעס אויף וואס מקען זיך טענהן, אבער פארגעסט נישט אז מיכאל מיט יונתן זענען נאר זינגערס, די ניגונים וואס זיי זינגען ווערן געמאכט דורך קאמפאזירער און שרייבער
במקרה דנן, האט פינקי וועבער געמאכט און געשריבן דעם ניגון ברכת הבנים און סברענגט געוואלדיג ארויס די בקשה פון א טאטע אז זיינע קינדער זאלן זיין געזונט און שטארק, אלץ איינער וואס גייט טאקע אסאך ארום צו קראנקע און אלץ איינער וואס קען זייער גיט ארויס ברענגן הרגישים האט פינקי דא געשאנקען פאר מיכאל נאך איינע פון זיינע מעסטערפיעסעס, מיט וועם כהאב נאר גערעדט וועגן די ניגון האט מיר געזאגט אז סהאט געברענגט טרערן אין די אויגן
כזעה נישט וואס סאיז שלעכט מיט דעם, פארקערט סברענגט מענטשן צו פילן אביסל וויאזוי אנדערע אידן שפירן ל"ע אין א שעת צרה אז מקען זיי בעסער פארשטיין און די קראנקע שעפן חיזוק פון דעם, בפרט פון דעם נמשל צום סוף מה נאמר לפניך יושב מרום וואס גייט ארויף אויף כלל ישראל און אבינו שבשמים
ממילא אויב האט איר טענות אויפן תוכן פון א ניגון דעמאלס דירעקט ענקער קריטיק צו די קאמפאזירער, און בנוגע די זינגען אליין איז טאקע אפען פאר דיסקאסיע צו מיכאל לייגט דאס אזוי גיט אראפ און סאיז טאקע זיכער דא אנדערע וואס וואלטן געקענט בעסער אראפ לייגן (מקען כמעט אלעמאל אזוי זאגן), מיט דעם אלעם איז עס די שענסטע ניגון אויפן טעיפ
און אגב, איז די סארט שידוך פון פינקי מיט מיכאל - פון הארציגע און טרערןדיגע ניגונים נישט קיין נייע זאך, אדרבה ואדרבה זיי האבן זיך ביידע געבויעט דורך דעם (נאך פונעם ניגון פעקל צרות למשל) אבער דאס איז שוין א לענגערע נושא וואס מקען עקסטער באהאנדלען
קנאקער, כווייס נישט פון ווי די נעמסט צו זאגן אז פאר א טאכטער דארף מען זאגען ישימייך, סאיז נישט קיין לשנה טובה תכתבי וואס מטוישט פאר א נקבה, אינעם פסוק שטייט ישימך און אזוי שטייט אין זמירות, אזוי האט מיין טאטע געזאגט און אזוי זאג איך אויך
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 08:59 |
|
| |
זיידיאנטשי שרייבט:
--קנאקער, כווייס נישט פון ווי די נעמסט צו זאגן אז פאר א טאכטער דארף מען זאגען ישימייך, סאיז נישט קיין לשנה טובה תכתבי וואס מטוישט פאר א נקבה, אינעם פסוק שטייט ישימך און אזוי שטייט אין זמירות, אזוי האט מיין טאטע געזאגט און אזוי זאג איך אויך--
טייערע זיידיאנטשי, אינעם פסוק שטייט טאקע ישימך אלקים כאפרים וכמנשה, אבער דעס זאגט מען נאר צו א זכר, משא"כ צו א נקבה אבער, זאגט מען ישימייך (ד"ה מיט א צירי) אלקים כשרה רבקה רחל ולאה.
ס'איז פשוט נישט מדוקדק צו זאגן ישימך (מיט א קמץ) צו א נקבה.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 00:36 |
|
| |
זיידיאנטשי,
ווארף נישט צוזאם מיכאל מיט יונתן; מיכאל באקומט טאקע זיינע ניגונים פון אנדערע אבער יונתן מאכט אליין די גראמען (ניגונים ניצט ער אלטע). למעשה איז אבער אפי' מיכאל פאראנטווארטליך אויף זיינע ניגונים - אפי' א צוויטע געט עס איהם מוז ער עס דאך נישט זינגען.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 07:50 |
|
| |
די איינציגסטע שיינע טיעפ פון מיכאל איזלדעתי "דער טאטע הערט" א דאנק ליפא, און דאס איז אויך פיל מיט קריטיק, ווי אויף דער ניגון פון בר יוחאי וואס דארף רעפרעזענטירען די הייליגקייט פונעם מקום, און ווי הייבט זיך אן דער ניגון? הא הא... הא הא... הא הא האהא... זייער שיין לכבוד וועמען ר שמעון אדער דעם ארי אדער ר שלמה אלקבץ הא הא... הא הא...
בנוגע זיידי יאנטשי
דודוק אז מען קען נישט, מאכט גארנישט אויס, מען קען נישט זאגען פאר א נקיבה ישימך מיט א קמץ. עס גייט נישט דער צינג ווערט שטימפיג, פונקט אזוי ווי מען קען נישט זאגען המוציא אויף א לולב. עס גייט נישט. איי דער זמירות: האר איהר שוין אמאל געהערט פון "הבחור הזעצער???
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 08:44 |
|
| |
דער טאטע הערט איז טאקע געווען סאך א שענערע טעיפ, און וואס קען מען שוין ערווארטן פון די היינטיגע זינגער'ס? פארגעסט פון דקדוק, אביסל פשוט אידיש, שטעלט מען שוין אויך נישט צו.
וואס למשל דארף צו מיינען, אינעם צווייטן ניגון ברכת הבנים:"וויאזוי הייסט איר פרעגט ער ווען מיט אים וואקט ער"?
הזאת נעמי? איז דאס אידיש?
איך פארשטיי גאנץ גוט אז דאס דארף צו גראמען מיט'ן נעקסטן זאץ "צבי גלאנצשטיין א מח דאקטער", אבער מאן יימר אז וויבאלד דאקטער איז ענגליש דארף דער גראם אויך זיין אין ענגליש. אזוי איז דא עטליכע פעלער אין דעם טעיפ און אויך אויף אנדערע. איך האלט, אז אויב קען מען נישט צופאסען א גראם אין אידיש, איז, טוה מיר נישט קיין טובות, מען וועט זיך באגיין אן דעם.
דאס איז שוין אזא מנהג, סיי ביי פנחס וועבער און סיי ביי ליפא שמעלצר אז מען שטופט אריין א ווארט, צו עס האט יא פשט, צו נישט, אבי עס זאל אויף עפעס אן אופן גראמען. עס איז נישט באמת אידיש'לעך, און עס נעמט אוועק דעם טעם.
תוקן על ידי - אידיש_קינד - 13/09/2005 8:54:18
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 17:43 |
|
| |
ווער ווייסט פארוואס ענפערט נישט די אשת חיל גוט שבת???
המשך יבא
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 19:20 |
|
| |
בארא_פרקר
ס'איז נישט עטיש צו נוצן נאכגעמאכטע ניקס ווי דיינע
אין געוויסע פורמס ערלויבן דאס נישט די מנהלים
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 19:32 |
|
| |
און פארוואס ביי אונז ערלויבט מען עס יא???
פארוואס האט ער דא באקומען רשות כתיבה????
מוחה מוחה מוחה.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 20:59 |
|
| |
לענינו קיינער ווייסט נישט קיין תירוץ אויף מיין גאונישע שאלה, וועל איך מיזן אליינס ענטעפרען אבער צוביסלך, קודם הערט דעם ניגון פון המענג את השבת נותנים לו נחלה בלי מצרים ווי ער רעכענט אויס די אלע הייליגע מאכלים
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2005 07:19 |
|
| |
נאכאמאל, כוויל זיך מיט קיינעם דא נישט קריגן בפרט נישט מיט די יונגווארג און אוודאי נישט מיט די דקדוקים דאקטערס, אבער אפילו כוועל שוין יא מסכים זיין מיט אייערע גיטע סברות איז סך הכל מיין בקשה איר זאלט מיר געבן א שטיקל "מקור" (קאמען סענס זאלט איר איבער לאזן פאר די ליפטאן טיי קאמפאני), ווייל היות כהאב סנישט געזען ביי מיין טאטען, כהאב סנישט געזען ביי מיין זיידן, וועל איך עס אויך קיינמאל נישט טון נאר אז מווייזט מיר אויף מיט א מקור אז סאיז א גראבע טעות
אגב, באבע צירלן בענטש כשוין טאקע יא מיטן לשון ישימייייייך (זי איז א ריכטיגע נקיבה) וירא שמים יוצא ידי שניהם והיה זה שכרי
A_Jew
רוב ניגונים פון יונתן שווארץ טעיפס זענען "נישט" געשריבן געווארן דורך אים נאר דורך אנדערע בדחנים ווי למשל פוקס הענדלער און אנדערע, פרעג דיך נאך וועסטו געוואר ווערן (אדער קוק אריין אינעם ביכל און זעה וועלכע בדחנים באקומען א שכויח פאר זייערע ניגונים סאיז א סוד גלוי)
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2005 22:06 |
|
| |
veaz,
ווער איז ר' שלמה אלקבץ? אויפען טעיפ זינגט ער פון דער צדיק'ל ר' שלמה'לי!
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2005 22:07 |
|
| |
ר' שלמה אלקבץ דער בעל לכה דודי.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2005 22:25 |
|
| |
I know; I was being sarcastic
|
|
|
|
|