איז געווען דארט א טאטע מיט זיינע דריי קינדער (ער איז דארט יעדע וואך פונעם זמן ביז א 2-3 שעה אין שבת אריין) איז געווען איינער פון אנ"ש אין סאטמאר וואס האט געזאגט פאר די קינדער שיינערהייט אז זיי זאלן ארויס גיין פון וואסער ווייל דא איז נישט קיין סווימינג פאל, די קינדער האבן געשריגן צו זייער טאטע וואס איז געווען ביי די הייסע וואסער אז איינער שרייט זיי אן.
דער טאטע (א ספרדי) טראכט נישט קיין צוויי מינוט און כאפט אן דעם יונגערמאן און באקלאפט עם די ביינער אזוי אזאש אז זיין נאז האט זיך עם שיעור צובראכן.
מיר זענען שנעל אראפגעלאפן אין מקווה זעהן וואס עס טוט זיך דארט, מען האט אנגעהויבן מקל'ן דעם טאטע'ן און עם ארויס געיאגט פון מקווה אן די בגדים, דער טאטע צו זיין מזל האט געכאפט עפעס א בעקיטשע וואס האט געהאנגען אויפן וועג און איז אזוי ארויסגעלאפן.
ס'איז דא דארט א טורנסטיילער, אבער די טיר דערנעבן ווערט מנהסתם געפענט פאר די וואס קומען אין מקווה ביים זמן און בלייבן שוין אין שוהל צו מנחה.
אין ירושלים איז דא א עירוב סא אפי' די וואס דאווענען נישט אין די שוהל ווי עס איז דא א מקווה קומען אויך דארט, און זיי פארלאזן זיך אז אין סאטמאר האלט מען דאך ר"ת איז די מקווה אפן שפעטער ווי א צווייט פלאץ.
נשלח ב-11/9/2005 20:29
ואהבת לרעך כמוך נאמר רק לאחינו האשכנזים
נשלח ב-11/9/2005 20:36
בן יהודה? צודק!
מ'טאר זיך נישט אויסדרוקן אויף דעם אופן ווי אויבן דערמאנט. מ'מעג זאגן היימלאזע אידן, צובראכענע אידן, אידן וועלכע שלאפן אויף די בענק אין רח' יואל. אבער נישט געבן א שטעמפל אפ א ראסע. דאס הייסט כשר'ע ראסיזם. מ'כאפט זיך נישט דערויף, ווייל דאס איז א חלק פון די אלגעמיינע שפראך אין ירושלים, און עס דארף טאקע א תיקון.
נשלח ב-11/9/2005 21:03
בין איך נישט "פאליטיקאלי קארעקט" סו וואט?
יא, איך בין א ראסיסט און יעדער וואס קען די עקעלהאפטיגע פרענקען וואס דרייען זיך אין ירושלים בכלל און אין די מקוה אין סאטמאר יואל בפרט איז אויך.
זאלען זיי בויען א מקוה אין מוסאיוף אדער אין אור החיים. וואס דארפען מיר ליידען פון זיי?
נשלח ב-11/9/2005 21:19
מען דארף געדענקען אז הרב עובדיה יוסף שליט"א מסתמא דער גרעסטער גדול אין אונזער דור איז א פרענק, סא פליז דאנט דשענערעלייז.
נשלח ב-11/9/2005 21:49
ווער האט געמאכט הרב עובדיה פאר א גדול הדור?
ער קומט פון רבנות, א געוועזענע רב הרשע, ער האט זיך אויסגעדריקט אויף די הייליגע רמ"א מיט ווערטער וואס מ'טאר נישט איבערזאגען