|
|
| נשלח ב-12/9/2005 09:19 |
|
| |
באטשי
איך בין מוחה אויף דיין מחאה. ער?! איז היינט גדול הדור?
אך און וויי צו דיר און דיין דור וואס האט עם פאר א גדול.
איך ווייס נישט צו וועלכע קרייז דו געהערסט אבער א רב הרשע פון די רע-בנות איז אייביג געווען טרייף-פסול ביי אלע היימישע קרייזען. ווער רעדט נאך פון א מתיר עגונות אן קיין סמך ווען גורן האט שוין נישט געוואלט, וואס האט גערעדט אויף רבינו די רמ"א, דער חת"ס, דער חזו"א און די רשימה איז נאך לאנג. אויף עם איז געזאגט געווארען די אלע שיינע טיטלען, המבזה ת"ח אפיקורס, און אין תרופה למכתו. איך גיי נאך נישט אריין אין ווי אלע רבנים האבען זיך באצויגען צו עם, רב בענגיס האט געזאגט אויף זיין משונה'דיגען אפגעפרעגטען וועג פון פסק'נען, וואס ביי עם צוויי פארווארפענע שיטות פון א גניזה מיט נאך עפעס א שיטה פון א "ספרדי" זיינען א רוב קעגען רעק"א מיט די חת"ס אדער סיי וועלכע אנדערע פוסקים. איך רעד נישט פון זיין מושחת'דיקען הויף הרב שך האט עם גע'כשר'ט פאר זיין דגל פאליטיק און האט נאך ביטער חרטה געהאט נאך דעם. וואס איך האב געזאגט איז נאך שפיץ אייזבערג וואס די ליטוויקעס טוען עם צ'אמשעלטען אין בני ברק.
האק מיר נישט אין קאפ אריין! ער?! די גדול הדור? מער נישט ווי א חמור נושא ספרים.
תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 12/09/2005 19:31:28
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 10:00 |
|
| |
ר' באטשי עס איז א שאד זיך צו בייזערן אויף די חברה, דער עצם שיטה זייערע איז מעיד על עצמה.
ליידער האט זיך אויסגעשטעלט אן עולם הפוך, אז די אידן פון גוש קטיף זיינען היינט די פרומסטע אידן. די אזוי גערופענע "קנאים" האקען סתם א שטייניק.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 10:21 |
|
| |
סאטמאר רב'ס ווארט אויף מצדיקי רשע ומרשיעי צדיק תועבת ה' גם שניהם איז באקאנט
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 17:23 |
|
| |
wasa
איך מיין אז די וואלסט דיך געדארפט אביסעל מער היטען דיין מויל ווען מען רעדט וועגען א גאון ווי ר' עובדי' יוסף. די מוזט טאקע נישט האלטען פין אים, ער איז א ציוני וכו', אבער דאס מיינט נישט אז די מעגסט און דארפסט רעדען אויף אים כל דבר אסור.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 17:31 |
|
| |
באראפארקער
you're surprised at wassa?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 17:37 |
|
| |
באראפארקער
אז ער האט נישט געהיטען די מויל אקעגען די רמ"א און די חת"ס וואס קומט עם בעסער?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 18:41 |
|
| |
רבותי! עטס האט פארגעסען די חתימה פון וואסא דיף!
לאמיר איבער'חזר'ן...
never argue with an idiot. they drag you down to their level and beat you with experience.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 19:51 |
|
| |
יוי! באטשי ס'שרעקליך!
כפירה אין גדלות התורה!
כפירה אין שכל התורה המצוייה עתה בידינו וגו'
כפירה אין הוא וחכמתו ודעתו
כפירה אין אורייתא קוב"ה וישראל חד
ביסט אויפ'ן קאפ געפאלען? רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 20:44 |
|
| |
wassa
דו קענסט מיר אזוי גוט זיין ענטפערן אויף דריי שאלות - יא אדער ניין
דו ביזט סאטמערע חסיד? יא אדער ניין
דו ביזט נארמאל? יא אדער ניין
דו קענסט די זעלבע אויסדרוקען אויך שרייבן אויף'ן בעלזער רב ז"ל, ר' משה פיינשטיין,קלויזבורגער רב , ליבאוויטשער רבי, YOU NAME IT ? יא אדער ניין
NOTHING PERSONAL עס פעלט מיר פשוט אויס צו וויסען היסטארישע פאקטן וויאזוי נארמאלע סאטמערער חסידים רעדן פון איינעם וואס האלט נישט אזוי ווי זיי.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 21:00 |
|
| |
וואסא דיף אין נישט קיין סאטמארער, נאר מחשובי נטורי קרתא.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 21:11 |
|
| |
יא, יא, און ניין.
אדער יא, ניין און ניין. ווי אמאל.
אויף YOU NAME IT קען איך שרייבען וואס דיין הארץ גלוסט נאר און איך לאך מיך אויס פון משיח צדקנו. איך וואלט די צוויי נישט גרופיערט מיט די אנדערע דריי, אבער אויף זיי שרייב איך נישט.
בכלל, צו וואס שרייבען אויפ'ן בעלזער רב זי"ע ווען איך קען שעלטען שלום פאגעל?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 21:57 |
|
| |
די ווארט פון מרשיע צדיק ומצדיק רשע איז פון איינעם פון די פריערדיקע נישט פון סאטמארער רב. איך האב עס געהערט פון מיין זיידען א סאך יארן צוריק.
די "קנאים" זיינען סך הכל צינישע אפיקורסים, זייער אייגענער ר' ישראל חיים מנשה ווי לאנג ער איז געווען מיט זיי איז ער געווען א גדול היינט הערט ווי מען רעד אויף אים, דער סיגיט'ער אליין איז היינט אזוי געפערלעך אויסגעפילט אז זיין קוויטעל פאפיר איז שוין פארוועלקט און געל אויף די עקען, ווייל דער פאליטיק שפילט אזוי.
און ליידער צושפרייטן זיי זייערע דיעות אין די גאנצע וועלט, מען קען שוין רואיג שרייבען קעגען זיי א ויואל משה און מאכען פון זיי א "הבדלו".
|
|
|
|
|