בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אנדעקט: היימישע בעקעריי באקט אום שבת

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/9/2005 22:55 לינק ישיר 

איך מיין אז דער בעקעריי האט התאחדות הרבנים'ס הכשר אין נישט טארטיקאב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2005 23:03 לינק ישיר 

די גאנצע מעשה איז נישט אמת.
ס'איז עפעס א שפיצעל פון עפעס א שייגעץ וואס האט עס אינטערגעשטעלט.


סתם רשעות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/9/2005 23:24 לינק ישיר 

אוודאי קען זיין אז עס איז נישט אמת, היידפארק איז נישט פארלעסלעך בכלל, מען דארף דאס געדענקען אויף יעדעס שטיקעל נייעס וואס מען זעהט דא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2005 23:30 לינק ישיר 

אין צייטונג איז דא א בריוו פון התאחדות דערוועגן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2005 01:11 לינק ישיר 

איך האב היינט געהערט פון א " כלי ראשון " א רעפארט וואס איך האב זייער נישט געוואלט הערן, אז ליידער איז די לשון הרע אמת ויציב.
די רבנים וואס זענען די בעלי מכשירים אויף דעם בעקעריי זיצן שוין עטליכע טעג ביי אסיפות וויאזוי עס ווייטער צו באהאנדלען. עס הייסט אז די בעל מכשיר גייט פארלאנגען פון אים א השגחה תמידית, דאס מיינט ער וועט דארפן געבן פארן בעל מכשיר פולע וועכענטליכע געהאלט, און מיט דעם געלט וועט דער מכשיר שטעלן א משגיח תמידי. לאמיר טאקע זען צו עפעס וועט מתוקן ווערן, דער בעקער האט נישט צופיל ברירות יעצט, ער איז אונטער א גרויסן פלעשלייט...
דאס ברענגט אביסל ארויס ווי נישט גוט דער השגחה סיסטעם ביי אונזערע השגחות קען אויסקלאפן.
א חשובער בעל מכשיר האט מסביר געווען ביי א דרשה, אז דאס איז אלעס ווייל דער עולם פארלאנגט עס נישט, די הוצאה פון א משגיח תמידי פאלט ארויף אויפן בעה"ב, נישט אויף דעם מכשיר. דער עולם דארף פארלאנגען פון די בעקערס, רעסטוראנטן און קעיטערער א משגיח תמידי. ווען איינער מאכט א שמחה, דארף ער פרעגן דעם קעיטערער, האסטו א משגיח תמידי? פארוואס טאקע נישט? און אז זיי וועלן זען אז מ'מיינט עס ערנסט, וועט זיך אפשר עפעס א ריר געבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2005 02:24 לינק ישיר 

א "בעל מכשיר" האט מסביר געווען אז "אונז" זענען שולדיג.

אנטשולדיגט, אבער "אונז" וועלען מסביר זיין דעם "בעל מכשיר" אז "ער" איז שולדיג.

ווען ער זעהט א בעה"ב וואס איז עלול אויף דעם, דארף ער פארלאנגען א משגיח תמידי.

א מכשול קען ארויסקומען, נישט יעדער פירמע דארף א משגיח תמידי, עס איז הכל לפי ראות עיני הבעל מכשיר, וואס "אונז" דארפען יא פארלאנגען פין א קעיטערער, איז, ווער איז דיין "בעל מכשיר"?, און אויב איז עס יענער און יענער, זאל מען אים זאגען שיינערהייט, "רופט צוריק ווען איר באקומט א בעסערע הכשר.

אין ב"פ פלעגט זיין א פיצא געשעפט מיט בלויז א כ"K, ער האט געזעהן אז מען מאכט נישט קיין פרנסה, האט ער זיך גענומען א מער היימישער הכשר.

די זעלבע וואלט געווען ווען דער היימישער עולם וואלט געוועהן מער אינפארמירט בנוגע הכשרים, ווי אזוי דאס גייט צו און וואס דאס מיינט, וואלט מען מער פארשטאנען אז נישט יעדער לשון הרע וואס איינער טראכט אויס האט אין זיך א שורש, און מען וואלט מער פארשטאנען לאמיתות הענין וועלכע הכשר איז גוט אדער נישט. (און מען וואלט זיך ווייניגער סומך געווען אויף OU וויסענדיג וואס די פראבלעם דערמיט איז, נישט ווי דער היינטיגע אלגעמיינער שיטה אז OU איז בעצם בעסער ווי די היימישע הכשרים).

און אז מען האלט שוין דא, איז כדאי צו צולייגען, אז למשל ווען דער פלייש מעשה פין פלעטבוש איז געשעהן, האבען זיי געהאט גאר א גוטע הכשר, און עכ"ז, אז א בעל הבית איז אינטרעסירט צו מאכיל זיין נבלות קענען אלע השגחות נישט העלפען.

וכל שכן וקו"ח בנדון דידן, אז התאחדות איז אפשר נישט שולדיג אין די מעשה פין מזונות מבין.

די שאלה איז נאך מער, אז זיי האבען עס געטוהן אין שבת, האבען זיי זיכער נישט מקפיד געווען אויף קיין פת עכו"ם, עס איז שוידערליך צו טראכטען אז אלע ברויטען אין ראלס פין זיי, האבען געהאט אויף זיך א קלארע איסור דרבנן, און זיי האבען מכשיל געווען צענליגע טויזענטער אידען בשאט נפש.


דער אויבערשטער זאל העלפען אז אידען זאלען ניצול ווערען פין מאכלות אסורות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2005 17:30 לינק ישיר 

נישט מער ווי 4 חדשים צוריק איז געווען א שרעקליכע מעשה אין וויליאמסבורג ווען גוי'שע ארבעטער אין א היימיע וויליאמסבורגער בעקעריי האט אנגעהויבן ארבעטען אום שביעי של פסח.

מ'האט אנגעהויבן מאכן חמצ'דיגע טייגלעך, מ'האט ארויסגענומע פון פריזער פארשידענע זאכן און אנגעהויבן איינקנעטען רח"ל חמץ אין פסח.

ווי איז דעמאלטס געווען היסאכדעס מיט איצא שייגעץ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2005 17:55 לינק ישיר 

What time did they start baking at Mezonos Maven? Some people don't wait till 72 minutes after the shkiah. If the started baking anywhere after 45 minutes after the shkiah then it's not chilul shabbos (although the hisachdus does not allow that and the baker still did something wrong)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2005 18:39 לינק ישיר 

ווער ווייסט
ווער זאגט די גאנצע מעשה איז אמת?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2005 18:40 לינק ישיר 

טרעקטאר די מעשה פון פסח איז געװען א טעות װען די גוים האבן זיך פארצייכנט זייערע קאלענדארס װען צוריק צוקומען מיט א טאג פריער און דארט האט מען טאקע אלעס אװעקגעװארפן .
דא רעדט מען פון א מעשה (אויב עס איז אמת) װאס איז במזיד װאך אן װאך אויס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2005 19:07 לינק ישיר 

בארא פארקער, דאס אלעס ביסטו גערעכט ווען עס פאסירט מיט א שוואכע השגחה, דעמאלס קען דער קאנסומער פארלאנגען א בעסערע השגחה. משא"כ ווען דאס פאסירט ליידער ביי די בעסטע און שענסטע השגחות.
בנוגע פארלאנגען פון די בעלי מכשירים איז בכלל נישט אויסגעהאלטן - הגם מ'דארף דאס אויך טוהן - ווייל דער בעה"ב זוכט זיך נישט נאך א הוצאה פון אויסהאלטן א משגיח אויף פול-וועידזש. וועט ער ענדערש טוישן אויף אן אנדערע השגחה וואס פארלאנגט דאס נישט. דאס דארף ווערן אויסדרוקליך פארלאנגט מיט גרויס דרוק אויף די בעלי בתים פון די פירמעס.
יואליש, לויט די מקורות און כשרע עדויות, האט די מעשה נישט פאסירט נאך די וויזניצע זמן, עס האט ליידער פאסירט ווען אלע אידן האבן נאך געהאלטן פאר מנחה שבת קודש און רעוא דרעוין, און די זון האט נאך מעכטיג געשיינט, ליידער ליידער..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2005 20:54 לינק ישיר 

איך האב נישט געליינט אלע תגובות, אבער איך פארשטיי נישט וואס דער טומעל איז, עס קען זיין אז ער פארקויפט די בעקעריי פאר א גוי און דער גוי ארבעט פאר'ן איד אויף קבלנות, און היות עס איז בצנעה איז נישטא קיין שאלה ? און אז א איד צינד דעם פייער ערב שבת איז עס אויך נישט קיין אפית עכו"ם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2005 20:58 לינק ישיר 

די מעשה איז שוא ושקר.
איך ווייס במציאות אז ס'איז ליגענט פון אנהייב ביזן סוף.

וואס התאחדות זאגט אינטרעסירט מיר נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2005 21:18 לינק ישיר 

דער אמת איז אז ס'איז שווער צו באשולדיגן א כשרות ארגאניזאציע אדער דעם ציבור אז מען האט פארזען אזא זאך (אויב ס'איז אמת), עס איז נישט קיין ספק אז אויב א היימישער איד א בעל הבית וויל בידים מכשיל זיין איז כמעט אוממעגליך מען זאל אפ אפשטעלן. מען דארף אסאך סייעתא דשמיא.

א כשרות איז נאר גוט אויף זיכער צו מאכן אז דער בעל הבית נוצט נוצט די ריכטיגע אינגריעדענט, און אז מען מאכט אים אויפמערקזאם אויף פארשידענע דינים און שאלות וואס ער כאפט זיך נישט אליין. דערצו ווייזט מען אים אן א וועג וויאזוי זיך צו פירן בעניני תולעים, חלה נעמען, בישול עכום וכו'. אויב איינער וויל איבערקלוגן די רבנים און בידים מכשיל זיין דעם ציבור, גלייב איך נישט אז ס'איז דא אן עצה דערויף...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2005 22:28 לינק ישיר 

טרעקטער, ס'איז טאקע מעגליך אז דאס איז א שפיצל וואס איינער האט אונטערגעשטעלט. אבער דער שפיצל איז ליידער צו גוט געלונגען. עס איז געווען גוט אויספלאנירט פון פאראויס, מיט כשרע עדים, און אויף אזא אופן אז קיינער זאל גארנישט פארדעכטיגן פון פריער.
דערנאך האט זיך די שפיצל ווייטער פארצויגן ווען די רבנים זענען געזעצן בכובד ראש מיט די עדים און מקבל געווען זייער עדות, און דערנאך איז געווען נאך ישיבות מיט די אפוועזנהייט פון די עדים דן זיין להלכה ולמעשה.
פייערמאן, ריכטיג אז דאס טוען די השגחות ביי אונז אין אמעריקא (בדרך כלל), אבער היינט וואס ליידער האבן פיל בעלי בתים פארלוירן נאמנות, פיל בעלי בתים פון די עסן אינדוסטרי זענען פשוטע קלים, איז די העכסטע צייט אז די סיסטעם זאל זיך טוישן, און 'השגחה' זאל טאקע מיינען כפשוטו 'השגחה'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אנדעקט: היימישע בעקעריי באקט אום שבת
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.