|
|
| נשלח ב-13/9/2005 17:00 |
|
| |
איך ווייס נישט ווער עס האט עס געשריבען, אבער דער שרייבער זעהט מיר אויס ווי איינער וואס שרייבט נאך א צווייטען, ווייל איינער אין די לעצטע דורות וואלט נישט געשריבען אזוי ברייט ווי אזוי ביאת המשיח גייט זיין, אבער מאידך גיסא, דאס ווארט "רשיון" איז דאכט זיך א נייער ווארט, ממילא זעהט עס מיר אויס ווי א לעצטיגער וואס איז מברר לויט ראשונים וכדומה. (מען דארף געבען א קוק אין אגרת תימן).
דאס איז בלויז אן השערה, איך געב מיך נישט מער ווי א פיפטי פיפטי!!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 17:09 |
|
| |
"רשיון" איז נישט קיין ניי ווארט.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 17:44 |
|
| |
חכמי הייד פארק המעולים!
פון די ווערטער פון רמב"ן און ספורנו האבן אלע גדולי ישראל ואס האבן געשריבן און גע'דרשנ'ט קעגן ציונות הטמאה אויך געוואוסט, ווער עס וויל וויסן דעם אמת קומט נישט קלאפן אויף הייד פארק
איך קען נאך הונדערטער מראי מקומות, חוץ ווי די וואס דער חכם מחוכם באטשי ברענגט דא לעצטנס, איך בין בשום אופן נישט גרייט צו פירן ויכוחים אויף דעם טרייפענעם אינטערנעט איבער דברים העומדים ברומו של עולם
איי סאטמאר רב איז אפגעפרעגט אויף היידפארק? כשפים מכחישים פמליא של מעלה, פמליא של מעלה ווערט ח"ו נישט גערירט, יאבד עולמו מפני השוטים? אינטערנעט בלייבט אינטערנעט, תורת אמת בלייבט ווייטער אומגערירט!
דער גאנצער אינטערנעט איז א סתירה צום בית דין של מעלה, מענטשן זענען עוסק אין די ערגסטע זאכן און ווערן נישט נענש, גייען ווייטער אין שול און פאסירט גארנישט
זאל באטשי בלייבן גערעכט אויף הייד פארק!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 17:47 |
|
| |
עס שטייט טאקע אזוי פון קלויזנבורגער רב ז"ל בשם זקן אחד ששמע מפ"ק פון הייליגען שינעווער זי"ע אבער איך זעה באמת נישט קיין פראבלעם מיט דעם ווארט, מהיכי תיתי אז דאס האט מיט די מדינה א שייכות בכלל? עס מיינט אז וועט זיין א קיבוץ גליות איידער דעם גרויסן קיבוץ גליות, נו אבער די ערשטע וועט אויך זיין דורך מלך המשיח!
איך זעה נישט די ראי' פון די וואס ווילען אריינמישן אז דאס איז כאילו מרמז אויף די מדינה ח"ו, ווי אויך פארשטיי איך באמת נישט די אויפברויז פון די קנאים??
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 17:49 |
|
| |
היות ווי מיט דעם רמב"ן אין שיר השירים האבן אלע ציונים דתיים זיך געפאטשט די בני מעיים פון יאהר תש"ח ביז תשס"ה, האבן זיי אבער נישט איבערגעזאגט דעם גאנצן רמב"ן (אגב עס איז נישט פון רמב"ן נאר פון א תלמיד) אז אע וועט זיין נאך ביאת המשיח כמפורש בלשונו
אזא פנים טראגן אלע זייערע מקורות
דער ווארט פון שיניאווער רב שטייט שוין פון סאך פריער, דער קלוזשער האט עס געהערט פון איהם מן הסתם בשם א קדמון עיין ספורנו שה"ש פאר די וועלכע עס קענען די סוגיא זענען די אלע זאכן נישט קיין נייעס
ואידך פירושא זיל גמור נישט אויף הייד פארק
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 18:16 |
|
| |
דער קלוזשער ?!
מי זה?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 18:35 |
|
| |
אפריון נמטייה פאר 'נבוכדנאצר' וואס ער איז מקיים דעם לא תגורו מפני באטשי! טראצדעם וואס מיר קימערן זיך בכלל נישט מיט זיינע רעיונות, פעלט דאך אויס איינער וואס זאל אים חוסם פיו זיין און מקיים זיין דעם 'ודע' מה שתשוב במלוא מובן המילה.
תוקן על ידי - allnewspic - 13/09/2005 21:10:08
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 18:57 |
|
| |
איך צו צוריק, רשיון איז אן אלט ווארט עס שטייט אפילו אין עזרא.
אבער איך פארשטיי נאך נישט פארוואס נבוכדנצר איז אזוי בייז, און פארוואס ער האלט אז אויף די אינטערנעט קען באטשי זיין גערעכט אבער אין ביהמ"ד נישט, און פארוואס ער קען נישט געבען דא קיין נארמאלע ענטפער, און פארוואס ער רעדט זיך איין אז עס איז דא מענטשען וואס קויפן די סאטמארע בלאף, אז ביסט נישט גערעכט, אפילו די פארשטייסט נישט, און אפילו איך זאג דיך נישט.
און ווי קומט דער בלאט ויואל משה אריין דא????
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 19:38 |
|
| |
באטשי דער נייער פויפסט קריגט זיך אויף דיר
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 19:41 |
|
| |
באטשי
איך האלט נישט אלע מאהל מיט דיר.
אבער עס איז פשוט א שאנדע ווי אזוי מ'באנעמט זיך מיט דיר כאילו ווער עס איז נישט מסכים מיט יעדעס ווארט פון ויואל משה אדער האט א שוועריקייט איז חייב נידוי.
נבוכדנצר
CALM DOWN דו טויגסט גאנץ גוט אהן ווארפן זיך ארום מיט אפ-שייגעצן רעכטס און לינקס. שרייב צום נקודה נעם זיך אהן פאר דיין שיטה. אין לאז פאר דעם ליינער פון דיינע שורות מחליט זיין צו באטשי איז א קוק'ניק.
איך האב נישט תחת ידי די מקורות אויב מ'וועט זיך עקש'ענען וועל איך בלי נדר זיך מטריח זיין צו ברענגען ארגינעלע מקורות.
אבער מיין זכרון זאגט מיר אז דריי גדולי ישראל וואס האבען זיך שטארק מתנגד געוועהן צו ציונות: דער חפץ חיים , דער אוסטראווצער רבי, און דער מאנאסטריטשער רבי האבען דאך זיך זייער געפרייעט מיט דעם באלפור דעקלעראציע, ווייל זיי האבען געזעהן און געהאפט אין דעם אז עס איז א התנוצצת פון דער 'אמת'ער גאולה.
דאס הייסט מ'קען איינזעהן אז מדינת ישראל איז א כשלון, און אז ציונות איז א טעות, אבער דער 'תהליך' קען נאך אלס זיין א הימילשער ציגרייטונג צו משיח
אודאי האלט סאטמאר רב אנדערש
מיין נקודה איז מ'קען זיין אן אנטי ציוני און דער זעלבער צייט גלייבען איז די מאורעות ארום דער אנטוויקלונג פון דער מדינה איז א הכנה לביאת המשיח.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 19:44 |
|
| |
באראפארקער.
כבר שאלתי אותך באשכול אחר.
מה דעת קודשו של רבך רב"צ על שיטת הוי"מ?
(למה אני שואל? כי בדרך כלל חסידים מבעים את דעת רבותיהם.)
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 20:13 |
|
| |
נבוכדנאצער קען אפשר מסביר זײן דעם אויסצוג װאס די האסט אויבן געשריבן "דער גאנצער אינטערנעט איז א סתירה צום בית דין של מעלה, מענטשן זענען עוסק אין די ערגסטע זאכן און ווערן נישט נענש, גייען ווייטער אין שול און פאסירט גארנישט"
איז יעדער מקום פורעניות א סתירה צום בי״ד של מעלה?
און װאס איז מיט א פלאץ װאס איז נישט מיוחד פאר עבירות אבער עס זענען דא מענטשן װאס טוען דארט עבירות (פון א מקוה ביז א האטעל רום וכדומה אדער גאר דער אינטערנעט)
װערן די פלעצער אויך סתירות?
פון װען אן דארפן מענטשן באשטראפט װערן אויפן פלאץ פאר זייערע עבירות און אויב נישט איז דאס א סתירה אדער גאר קיין עבירה!
ביטע ערקלערט
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 20:34 |
|
| |
SAMMY, פארגעס נישט, באראפארקער איז אויך א זאלי.
|
|
|
|
|