בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מקור פון ווארט על עוד אקבץ עליו לנקבציו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/9/2005 12:57 לינק ישיר 

באטשי
ראדני מקוה איז אוישוויץ פאר די לייז.
זעהט אויס דיין אוישוויץ האט א סאך איבערלעבער אדער דו טובל'סט דיך נישט אין ראדני (צו בכלל?)

יא. די מדינה איז א קרעמאטאריום פאר אידישע נשמות.
ילדי טעהראן אפגעפיהרט.
תימנער קינדער אפגעפיהרט.
גאנץ ספרדישער אידענטום אפגעפיהרט.
מיליון קינדער ווערען דארטען מחונך צו כפירה ומינות, נישט וויסענדיג פון קיין שמע ישראל.
ועל כולם, באטשי זיסער אליין וואס די מדינה האט געשלעפט טיף אריין צו'ם ס"מ
און דו טרומפייטערסט זיך מיט דיין הונדרעט צוואנציג טויזענד כולל יונגערלייט. (פון ווי האסט דו די נומערען, אגב?)
אוישוויץ האט אויך געהאט א פייג בלעטעל וואס האט עס געזאלט פארדעקען. ס'האט זיך גערופען טעריעזענשטאדט.
די אידישע פאלק איז פול מערדערס און פארברעכערס? איך זאל זיך אפטשעפען פון זיי?
אונז זיינען די אידישע פאלק! און זיי האבען לאנג אפגעטשעפעט פון אונז. די חברה זיינען "אברים המדולדלין בגוף האומה המרקיבין את כל הגוף" (לשון הרמב"ם).
זיי האבען זיך אפגעטשעפעט פון די אייבערשטער און זיין הייליגע פאלק. זיי האבען זיך בכלל אפגעטשעפעט פון מענטשהייט אבער דאס איז שוין עפעס אנדערש. טשעפע דו אפ פון אידישען פאלק. פאהר קיין תל אביב און ווער א פרייער. אם לבעל לכו אחריו.
אדער נעם צוויי טיילענאל (אוישוויץ פאר קאפווייטאג) און לייג דיך שלאפען. איך וועל דיר רופען ווען משיח וועט קומען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/9/2005 21:43 לינק ישיר 

נאך א מקור אז עס וועט זיין צוויי קיבוץ גליות

פשטות דברי הנביאים אז די מלחמת גוג וועט זיין אויף יידען אין ארץ ישראל,

יחזקל ה' (ווי דער נביא רעדט צו גוג)
"ואמרת, אעלה על-ארץ פרזות--אבוא השוקטים, יושבי לבטח; כולם, יושבים באין חומה, ובריח ודלתיים, אין להם. יב לשלול שלל, ולבוז בז--להשיב ידך על-חורבות נושבות, ואל-עם מאוסף מגויים, עושה מקנה וקניין, יושבי על-טבור הארץ"

די שאלה איז נאר ווען וועט זיין דער והיה ביום ההוא יתקע בשופר גדול.

פאר אלעם אין עס וועט נאר זיין איין קיבוץ גליות
אדער שפעטער און עס וועט זיין צוויי

"המעיין במקראות וברמב"ם סוף הלכות מלכים יראה מבואר דמלחמת גוג ומגוג תהיה אחר ביאת בן דוד והתקיעה לקבץ נדחי ישראל וכדכתיב והיה היום ההוא יתקע בשופר גדול ובאו האובדים וגו' תהיה אחר גמר מלחמת גוג ומגוג ומפלתו ואז תהיה גאולה שלימה לכל ישראל"

אמרי ברוך פון ברוך טעם (לייפניק) הגהות אויפן טורי אבן ר"ה י"א :

יוסי718

די ציונים מיט בויען ארץ ישראל איז בערך ווי חב"ד אדער ערכים וועט נעמען קרעדיט פאר די בעל תשובה באוועגונג

הכל מודים אז סאיז אראפ א רוח תשובה און זיי ארבעטן אויף דעם.

עס איז פון שנת ת"ר - תר"ך אראפ געקומען איין התעוררות צו פארען קיין ארץ ישראל.

די ציונים לדאבונינו האבן דאס איינגעשפאנט, און געשטערט אז די יראים זאלען פאהרן בויען.

פארוואס סאיז זיי געלונגען? לא מחשבותי מחשבותיכם, אזוי סאיז געלונגען די נוצרים.

דער שיניעווער רב - ווי אויף רוב צדיקי הדור -איז קודם געוועהן א גרויסער חסיד פון די חובבי ציון, שפעטער האט ער געזעהן ווער סשטייט בראש האט ער זיך שנעל אפגעשאקלט, ווייל יצא שכרו בהפסדו. אבער נישט ווייל ער איז געוועהן קעגען די חובבי ציון.

די ציונים האבן נאר צוגעכאפט אזאך וואס כלל ישראל האט געהאט. און עס אויס גענוצט פאר זייער מאכט און געלד.

דער רעיון הציוני איז געוועהן אויף צו שטעלן אמדינה.
דאס איז זיי געלונגען!, ווייל אזוי האט געדארפט זיין

דער בארעכטיגוג איז געוועהן נהיה ככל הגויים
דאס קען נישט זיין - אם לא בחמה שפוכה אמלוך עליכם

מען האט זיי פון הימל אויסגענארט, אויפצושטעלן א מדינה און א מקום תורה ומנוחה פאר כלל ישראל. אויף א פארנעם וואס זיי האבן נישט געחלום'ט אין זייערע וויסטע חלומות

זיי האבן גענדיגט זייער תפקיד, יעצט ווי דער רמב"ן זאגט הייבט זיך אהן דער בירור.

פאר אלע שעלטערס

דער נומער 120.000 קומט פון די העדליינס צייטונג משפחה פאר צוויי וואכן צוריק (117.320)

לשיטתכם דארף מען דאנקען די ציונים

לשיטתנו איז דאס איין אתחלתא פון ומלאה הארץ דעה - ליישר דרך למלך המשיח.

TAKE YOUR PICK



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/9/2005 23:08 לינק ישיר 

לויט דעם רמב"ם איז היטלער/אוישוויץ אויך געווען "ליישר דרך", פונקט ווי דער אותו איש און מכמאד הישמעאלי איז געווען. אלעס וואס עס פאסירט מיט כלל ישרא' איז "ליישר דרך".

און אנדערע ווערטער אותו איש, מאכמאד הישמעאלי, קרייציגלער, ת"ח ות"ט, גירוש שפאניע, היטלער, מדינה, אלעס איז "ליישר דרך".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/9/2005 23:22 לינק ישיר 

מקוה איד
ביסט נישט אזוי גערעכט מיט דיין דמיון,
דער רמב"ם זאגט "ליישר דרך" אויף יאשקע און מחמד, ווייל סוף כל סוף האבען זיי פארשפרייט די אמונה אין אויבערשטען, און די ידיעה פין די אמונה היהדות, נאר זיי האבען עס מסלף געווען, ממילא ווען משיח וועט קומען וועלען זיי גרינגער קענען איינזעהן אז די אמת איז מיט די אידישער אמונה, משא"כ וואלטען זיי געוועהן סתם עובדי עבודה זרה, וואלט די זאך געוועהן אסאך שווערער ווייל זיי וואלטען געווען מער מרוחק פין אידישקייט.

היטלער האט אויסגעהרגעט זעקס מיליאן אידען, וואס האט דאס מיט "ליישר דרך"? קען זיין אז די זעהט אן השוואה, איך זעה נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2005 00:16 לינק ישיר 

עס זעהט אויס ווי באטשי האט שוין געענדיגט זיין דרשה, אין איין ווארט וויל ער אונז מגלה סוד זיין, אז די הייליגע נביאים האבן שוין געוואוסט פון דעם ניאוץ און די מרידה במלכות שמים וואס הייסט מדינת ישראל.

קען זיין אז פאר דיר אזי דאס א חידוש, מיר ווייסן דאס שוין צענדליגער יאהרן, נאכמעהר, נישט א נביא, נאר א ראשון האט געשריבן (פי' רגמ"ה תמיד לב ע"א) אז דער שטן איז אימשטאנד צו ברענגען א גאולה פאר אידן וזה לשונו: שטנא נצח והוא נותן להם גאולה.

די תורה הקדושה זאגט בפירוש, ובא האות והמופת דער מופת וועט קומען, אבער נביא שקר בלייבט נביא שקר מיט די גאנצע מעשה

מדינה בלייבט טמא כאטש די נביאים האבן געשריבן אז עס וועט זיין א מדינה, אדם הראשון האט געזעהן דור דור וחכמיו ופרנסיו און בתוכם אונזער דור מיט אלע פארדרייטע מנהיגים און בפרט (דא יעדער זאל אריינלייגן זיין גירסא: מנהיג פלוני ודיין אלמוני) מיינט נאכנישט אז דער איז א כשר'ער מנהיג, יא, דער בוכ"ע ווייסט אלעס, און איז מגלה פאר די נביאים וואס עס וועט זעהן, און אפטמאל איז ער מגלה אויך דרכיהם של רשעים, כשם שהוא מגלה מעשיהן של צדיקים

מער צייט האב איך נישט, כ'האב געווארט ביזן סוף פון דיין דרשה, כ'האב געמיינט וועסט ערפינדן ווייסעכוואס, דערווייל זעה איך בלויז נאך א באטשי...

אזוינע טיפן צומישטע מוחות טרעף איך יעדן טאג, ס'איז א מחיה זיי צו לאזן רעדן און רעדן

און יעצט, אודך, הייב אהן צו "קאלערן", מאך רויט, גרין, מעגסט נוצן געהל פאר א נויטפאל

הצלחה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2005 01:13 לינק ישיר 

מקוה איד

האסט געפרעגט זעהר צו דערזאך

די קשיא איז אויפן רמב"ם נישט אויף מיר

דו פארדינסט אגוטן ענטפער. אזאנס וואס דו אליין וועסט אויך מקבל זיין.

דו וועסט דאס קריגען ווען איך וועל קריגען מיין ענטפער אויף מיינע קשיות צו דיר אין דעם אנדערן אשכול...

דערווייל וועלן מיר הערן פון די חכמי הפארום, ווי אזוי זיי ענטפערן

באראפארקער

. זאגסט זייער גוט אבער נישט דאס מיינט דער רמב"ם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/9/2005 23:51 לינק ישיר 

אנטשולדיג איך בין מפסיק אינמיטן אייערע זיסע מחלוקה'לעך
מיט א פלעינע "אויסגעדראשענע" גמרא

ממוז דאך געבן א ריווח להתבוננן

דא האט איהר בפירוש אז בשעת די הרי ישראל וועלען געבן פירות, און קיבוץ גליות וועלן נאך זיין די רשעים - (די שופטים און אהנפירער). ערשט נאכדעהם וועט מען זיי אונטער ברענגען.

גמרא מגילה דף י"ח.

ומה ראו לומר קיבוץ גליות לאחר ברכת השנים דכתיב ואתם הרי ישראל ענפכם תתנו ופריכם תשאו לעמי ישראל כי קרבו לבוא

וכיון שנתקבצו גליות נעשה דין ברשעים שנאמר ואשיבה ידי עליך ואצרוף כבור סיגיך וכתיב ואשיבה שופטיך כבראשונה

וכיון שנעשה דין מן הרשעים כלו הפושעים וכולל זדים עמהם שנאמר ושבר פושעים וחטאים יחדיו (יכלו)

וכיון שכלו הפושעים מתרוממת קרן צדיקים דכתיב וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק וכולל גירי הצדק עם הצדיקים שנאמר מפני שיבה תקום והדרת פני זקן וסמיך ליה וכי יגור אתכם גר והיכן מתרוממת קרנם בירושלים שנאמר שאלו שלום ירושלם ישליו אוהביך

וכיון שנבנית ירושלים בא דוד שנאמר
אחר ישובו בני ישראל ובקשו את ה' אלקיהם ואת דוד מלכם

ביפה קול על מדרש שיר השירים על הכתוב השבעתי אתכם...(ויואל משה מביא בשמו כמה פעמים)

"...נראה שאין קיבוץ גליות ומפלת גוג ןמגוג ע"י מלך המשיח, אלא מתחילה יתקבצו הגליות ויהי ענין גוג ומגוג ושוב יתגלה מלך המשיח לבנות ביהמ"ק והכי משמע בפ"ב דמגילה (דלעיל)..."

איהר קענט יעצט רואיג צוריק גיין צו וועלכע מקוה דער קארלסבורגער רב האט גענוצט דעהם זיבעטן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/9/2005 23:35 לינק ישיר 

מקוה איד

דיין קשיא אויפ'ן רמב"ם וואס שרייבט אז יאשקע און דער משוגענער אראבער (ווי דער רמב"ם אללין רופט איהם) זענען געוועהן ליישר דרך למלך המשיח, אויב אזוי איז דאך דער רשע ימ"ש אן סטאלין וכל שאר מרעין בישין אויך?

דער תירוץ איז: יא!

אלעס איז, פון בריאת העולם אהן. דער רמב"ם זאגט נאר אז אפילו פון די צוויי מאורעות וואס לכאורה זענען זיי דאך א היפוך גמור פן תכלית המקווה, קען מען אויך זעהן בחוש אז זיי זענען מיישר דרך - אזוי ווי באראפארקער האט ריכטיג געשריבן.

וממנו תקיש על השאר

באראפארקער

איך האף דו ביזט מסכים מיט מיין פשט פון רמב"ם

נבוכדנצר


עס זעהט אויס ווי באטשי האט שוין געענדיגט זיין דרשה, אין איין ווארט וויל ער אונז מגלה סוד זיין, אז די הייליגע נביאים האבן שוין געוואוסט פון דעם ניאוץ און די מרידה במלכות שמים וואס הייסט מדינת ישראל.


דער נביא זאגט פונקטליך וויאזוי די יידן אין ארץ ישראל וועלן אויסזעהן פאר ביאת משיח

"ואמרת, אעלה על-ארץ פרזות
--אבוא השוקטים,
יושבי לבטח; כולם,
יושבים באין חומה,
ובריח ודלתיים, אין להם.
יב לשלול שלל, ולבוז בז--להשיב ידך
על-חורבות נושבות,
ואל-עם מאוסף מגויים,
עושה מקנה וקניין,
יושבי על-טבור הארץ"

די הויפט זאך האט ער - לשיטתך- פארגעסן, כדי מזאל זיך נישט טועה זיין האט ער געדארפט צו לייגן

מנאצים
מורדים במלכות שמים

אדער להיפוך

קדושים וטהורים
צדיקים וחסידים

קען זיין אז פאר דיר אזי דאס א חידוש, מיר ווייסן דאס שוין צענדליגער יאהרן, נאכמעהר, נישט א נביא, נאר א ראשון האט געשריבן (פי' רגמ"ה תמיד לב ע"א) אז דער שטן איז אימשטאנד צו ברענגען א גאולה פאר אידן וזה לשונו: שטנא נצח והוא נותן להם גאולה.


דער רגמ"ה וואס דו ברענגסט איז פון די קלאסישע מעטאדן פון זיוף, - אריין לייגן ווערטער אין יענעמס מויל אין אפווענדן- ברענגען האלבע ציטאטן.

1) דארט האט ער זיך געוואלט ברענגען א ראיה אז ער איז חשובער פון די אידן אין הימל פון זיינע נצחונות, ווי קומט דאס בכלל אהער צו אונזער שמועס? ווער רעדט דא פון מופתים? מרעדט ווי סשטייט אין אונזערע מקורות דעהם פשט אין פסוק עוד אקבץ עליו. דו האלסט דער פשט איז אנדערש? שרייב פארוואס.

2) דארט אין מס' תמיד רעדט זיך בכלל פון גויים (אלכסנדר מוקדון) אז דער שטן קען זיי פארנארן- נישט פון קיין אידן ווי די שרייבסט.

די אנדערע זאכן מיט נביא שקר פארשטיי איך בכלל נישט וואס דו שרייבסט.

אגוטן שבת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מקור פון ווארט על עוד אקבץ עליו לנקבציו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.