אוי וויי : קינדער אדער טשיקענס??
פאר די פאליציי אין א שטעטל אין אהייא מיט די נאמען " חרן " האט זיך די נאכט אנטפלעקט א מאדנע סצענע. אריינקומענדיג אין א הויז, האבן זיי געטראפן אין א שטוב, אכט קינדער איינגעשפארט אין האלצערנע קעידזשעס, גרויס דריי פיס אויף דריי פיס, אן אן קישענעס און אן קיין דעקעס. געהעריג, אזוי ווי די הינער אין שטייג..
די קינדער זענען אין יארגאנג פון איין יאר אלט ביז אזוי גרויס ווי פערצן יאר אלט.
די עלטערן האבן זיך תיכף פארענטפערט אז דאס האבן זיי געטוהן פאר זייער אייגענע באשיצונג, אז די קינדער צווישן זיך זאלן זיך נישט צע'מזיק'ן.
די קינדער האט מען תיכף אוועק גענומען, און די עלטערן האט מען דערווייל געלאזט אויף די פריי.
|
|