| נשלח ב-14/9/2005 23:53 |
|
| |
החתונה הגדולה בחצר מונקאטש
היינט קומט פאר די היסטארישע גרויסע חתונה פונעם ערשטן אייניקל פון כ"ק אדמור ממונקאטש שליט"א.
די קבלת פנים און חופה גייט זיין ביים ביהמ"ד הגדול אויף 14טע עוו. די חתונה און "בית יעקב"
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2005 23:57 |
|
| |
טויש דעם קעפל אויף בית מונקאטש - וויען
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2005 01:50 |
|
| |
ווין שטאמט פון גאר הייסע בעלזער חסידים
די ענין פון לערוב עירובו האט זיי שטארק נאנט געברענגט
ובכן צדיקים יראו וישמחו
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2005 07:28 |
|
| |
ווער ווייסט פשט אין דער גרויסע (סעמי פארטריקאנער...) פענער, וואס די חסידים האבען ארויסגעהאנגען פון דערגרויסע מונקאטשער שוהל אין ב"פ?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2005 13:41 |
|
| |
איך הער אז זלמן לייב איז ארויסגעלאפן נאך פאר די מונקאטשער רבי איז אריינגעקומען אין זאל, וויל מ'האט געזעצט ר' פישל הערשקאוויטש פאר אים
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2005 13:46 |
|
| |
איך דערמאן זיך טאקע, ער האט גיגעבן די הענט פאר די קלויזנבורג דיין ר' פישל און פאר ווינער רב און ארויסגעגאנגען
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2005 14:17 |
|
| |
ר' זלמן לייב ווערט נישט באליידיגט פין דע זאכען . ווי נישט ווי איז ער רב אין די גרעסטע ביהמ"ד אין וויליאמסבורג..
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2005 17:03 |
|
| |
איך בין דארט געווען, און ער איז טאקע ארויסגעלאפן נאך איידער דער מונקאטשער רבי איז אנגעקומען אין זאל.
ר' זלמן לייב עקט ווי א קליין יונגל וואסט האט נישט קיין מענערס און נישט קיין ביצים.
די זעלבע זאך האט ער געטוהן אין סיטי האל.
נעבעך אויף עם.
תוקן על ידי - allnewspic - 15/09/2005 19:01:14
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2005 17:22 |
|
| |
הגה"צ ר' זלמן לייב איז נישט געקומען בכלל וועגען מונקאטש ער איז געקומען ווינטשען מזל טוב פאר זיין גיטע ידיד ווינער רב שליט"א
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2005 17:22 |
|
| |
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס אין יעדער אשכול וואס עפענט זיך, דארף גלייך אריינקומען ר' אהרן אין ר' זלמן לייב?? דער אשכול איז געווידמעט צי באשרייבן די חתונה בבית מונקאטש - וויען, ביטע לאזט ארויס אלע אנדערע זאכן. יישר כח!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2005 18:01 |
|
| |
איך בין דארט געווען, ר' זלמן לייב איז דארט געווען מיט א "שטראמל", און דאס איז לכאורה מצד "מונקאטש", (איך זעה נישט ווי מצד וויען), דאכצעך אז די סאטמארע רבי איז משפחה מיט ר' חיים אלעזר'ס שווער, זיי זענען טייטלבוים'ס, ליפא איז אויך דארט געווען מיט א "שטראמל".
איצט פאר ר' זלמן לייב'ס דיפענס, דארף מען צו וויסן אז דער מונקאטשער רבי איז אריינגעקומען שרעקליך שפעט, שוין געווען כמעט 12:00, וויפיל איז די שיעור פון ווארטן?
מאידך גיסא, איז בשעת ער איז אוועק האט מען שוין געהאט אויסגערופן אז "רבינו שליט"א וועט אריינגומען ביז געציילטע מינטון", און ער איז פונקט דעמאלטס אוועק, הארט פארן ערשיינען פון רבי'ן שליט"א.
אלנספאל, איך ווייס נישט צו ער האט געהאט עפעס א כוונה מיטן אוועק גיין, איך בין נישט קיין יודע מחשבות, יעדער האט די רעכט צו זיין ביי א חתונה, ווילאנג איהם שמעקט, און סיז נישט אונזער עסק. WHO CARES וחסל.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2005 18:15 |
|
| |
can someone post pictures of the big wedding
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2005 19:04 |
|
| |
ישר כח מקוה איד פארן מסביר זיין דעם שטריימעל.
עס איז באמת געווען א גרויסע חתונה דעם ריזיגער זאל איז געווען געפאקט.
די קאפעליע איז געווען געשמאק.
תוקן על ידי - משנתחסידים - 15/09/2005 19:04:10
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2005 19:43 |
|
| |
זייער א שיינע עמאשענל חתונה, אבער אלעס זייער שפעט, נוסח מונקאטש.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2005 19:58 |
|
| |
די חופה האט זיך געענדיגט בערך 10:00, די גאס אויף 14טע עוו. איז געווען שווארץ פון אלפים אידן, די יומידיטי איז געווען אומדערטרעגליך, די ניגונים איז אנגעפירט געווארן דורך המנגנים לבית מונקאטש, בתוכם קאפי עלנבויגן.
די סעודה איז געווען אין "בית יעקב", אביסל אנגעשטויסן און ענג אבער נישט געפערליך גאנץ געשמאק, שבתי פרנס האט געשפילט, די קאפעלע איז געווען זייער שיין, בערך 10:45 איז דער ווינער רב, אבי החתן, אריינגעקומען מיט די באוויסטע וועלטס ניגון "קול רנה". נאכדעם האט מען געענדיגט די סעודה, אויסגעליידיגט דעם זאל פון טישן אין בענקלעך, און געווארט אויפן ערשיינונג פונעם גרויסן זיידן, בערך 11:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין זאל מיט די "מונקאטשער" קול רנה, פארפאסט דורכן רבי'ן אליין לכבוד די שמחה, סיז געווען זייער עמאשענל!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2005 21:16 |
|
| |
איך האב אויך געזעהן ווי ר' זלמן לייב איז געלאפן נאכדעם וואס ער איז געזיצן דארט שוין א האלבע שעה ווארטענדיג אויפן מונקאשטער רבי ר' חיים אלעזר האט אראפגעזעצט ר' פישל הערשקאוויטש פאר אים און מען האט אויסגעריפען אז די רבי שליט"א קומט אריין ביז צוויי מינוט האט ער זיך אויפגעהויבן און אנטלאפן פאר די חוצפה פון אראפזעצן דער ציוני און עירוב מתיר ר' פישל פאר אים
גערעכט איז ער זעצן א פישל פאר א לייב,,,
תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 15/09/2005 22:47:20
|
|
|
|
|