ראו בין בני לבין חמי, נישט צו גלייבן
און די צייט וואס די אנשי 48 פראבירן אינטערצוברעכן אונזערע מוסדות, זיי טוהן אללעס כדי מלמדים זאלן אוועקגיין פין אונז, און לייגן פרעשע אז מ'זאל נישט אריינלייגן ביי אונז די קינדער, אז מ'זאל אונז נישט פארקויפן קיין טיש אין בענקלעך, ווי זיי קענען נאר און הערן נאר אז איינער וויל אונז עפעס העלפען אדער פארקויפן, קומען זיי שוין גלייך אהן מיט די דיין בראשם [יא יא דער דיין טויבער!!] און אנדערע געוועזענער חשובער חסידים, און קלערן יענעם אויף אז "געב נישט קיין האנד פאר זיי, ווייל אז די בויעסט זיי העלפסטו זיי אונז צו באגראבן", "זייערע טשעקס באונטסן", "חילול השם", "נקמה" וכו' וכו' ווי בי"ד האט דאס שוין פארעפענטליכט און זייערע פסק דין זמני די וואך, איז וואס מיינען ענק האט כ"ק אדמו"ר שליט"א די יורש פינם רב ז"ל און די ממשיך דרך פינם רב ז"ל רעאגירט? וואס מיינען ענק? ליינסט און זעהסט און זייטס מחליט ווער איז דער ממשיך השושלת, ווי יענער ת"ח וואס האט מיר דעיע וואך געזאגט אז "נישט דער פלאקארט מאכט איינעם רבי, נישט יעדער וואס וועט לייגן אן טאוועל אדער פלאקארט "באבוב" איז באבוב, ווייל נישט דער סיין מאכט באבוב נאר דער התנהגות! דער וואס פירט זיך אויף ווי א באבובער רב אין גייט בדרך באבוב נאר ער איז "באבובער רבי" , בקיצור ליינסט און באשליסט:
א]
די ערשטן טאג אינם נייעם באבובער ת"ת, האבן אלע מלמדים אויסגערופן בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א,
אז קיין איין יונגל טאר נישט בארעדן אדער באשמיצן קיין רבי'ס אינם חיידער, אין קיין איינער טאר נישט רופן רב"צ'נען, ביי זיין פריוואטן נאמען, אדער רופט מען עם ר' בנציון [אין מען טאר נישט רופן בנציון אהן ר'] אדער רופט מען עם "באבובער רב"!!!!! אדער אזוי אדער אזוי, אהן קיין ניק נאמען אדער אנדערע חוזק ווערטער!
ב]
ווי באקאנט פאר די ליינערס די מעשה און ירושלים אז יעצט האבן אונז מיר די פולן קאנראל אויפן נייעם בימ"ד, ווייל ביי די אלטע האט מען נאך מורא געהאט פין דודי ר. און יעצט אז אונז זענען שוין בעה"ב דארט, קען מען שוין טוהן וואס מען וויל, איז אבער ניין!! רבינו שליט"א האט אהנגערופן ר' משה סטעמפיל שליט"א אין ירושלים און געבעטן אז דער נייע שטיבל תחת נשיאותו זאל ווייטער פארבלייבן פרווה, ווי ביז היינט.
מורי ורבותי!!! ראו מה בין בני לבין חמי, קוקסט אהן וויאזוי רמ"ד רעאגירט מיט אזיין איידעלקייט אין די זעלבע טעג וואס רב"צ'נס חיות פראבירן עם ארויס צו ווארפן אויפן גאס פאר יו"ט,
זיי רופן אהן הנהלת בית לפליטות כדי זיי זאלן אונז ארויסווארפן פינם נייעם בימ"ד און אונזער רבי'ן רופט אהנזאגן צו בלייבן פרווה אויף ביזדערווייל כדי די שטיבל זאל בליין על מי מנוחות.
פאר מיר איז דאס געווען א קלארן אויפםווייז ווער איז די ממשיך פינם באבובער דרך!!!
נאר א באבובער רבי קען דאס טוהן! און דער וואס טוט פארקערט קען האבן צוואציג פלאקארטן באבוב העכער זיך, און שרייען אגאנצן טאג איך בין באבוב, אבער אלע ווייסן גאנץ גיט ווי איז די עכטע באבוב און ווי די נאכגעמאכטע...
 |
|
|