לוח המודעות אדער דבר יום ביומו?
אמאל ווען מען געהאלטן ביים מאכן א שמחה איז געווען זייער שווער איינצולאדענען דעם עולם, און מען געדארפט האלטן א ביכעלע (אדער אין סעלפאן ווען דאס איז שוין יא געווען) מיט אלע נומערן פון אלע באקאנטע און אנרופן יעדן באזונדער אז מען זאל זיך קומען באטייליגן אין די שמחה. היינט איז ב"ה אכשור דרא און מ'איז באשאנקען געווארן מיט פילע מיטלען דאס צו טאן. די בעסטע וועג דאס איינצומעלדן איז מסתם איינע פון די צוויי (איך רעד פון וויליאמסבורג, די אנדערע געגענטער ווייס איך נישט): דבר יום ביומו איז א טעגליכער בלעטל, און לוח המודעות קומט ארויס אום ערב שבת.
איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן וואס דער עולם האלט, וועלכע פון די צוויי איז בעסער און וועט אנקומען צו מער מענטשן? איך ווייס אז עס איז נישט קיין גרויסער נפק"מ, אבער פארוואס זאלן מענטשן ברויכן צאלן דאפלט ווען ביידע קומען אן צו בערך די זעלבע צאל מענטשן?
איך האלט מער פון לוח המודעות. און דאס צוליב עטליכע סיבות.
1) דאס איז דער ערשטע וואס איז געווען אויפן מארק, און עס איז רעכט איר צו שטיצן, בפרט ווען ביידע איז די זעלבע פרייז.
2) עס ליגט אנגעקלעבט אויפן וואנט און נישט אלס טרעף איך די דבר יום ביומו, מיט אירע פיצעלע אותיות (עפעס קארגט ער צוצולייגן נאך א בלעטל אזוי ווי מען האט געטאן אין ב.פ.)
נו, וואס זאגט איר?
זאל איך דא מעלדן מיין שמחה?...
 |
|
|