| נשלח ב-18/9/2005 19:06 |
|
| |
פון ווי שטאמט די נאמען
עס איז דא זייער אסאך נעמען וואס מ'רופט מענטשן אין יידיש, פון ווי שטאמען, אדער וואס איז פשט די אלע אזוינע נעמען?
מיין ברודער האט נישט לאנג צוריק געמאכט א ברית, און האט א נאמען געגעבן "פייבל" וואס איז די פשט פון די נאמען?
ס'איז דא נאך היבש נעמען וואס מ'ווייסט נישט וואס דאס מיינט, אפשר וואלט כדאי געווען דאס צו דעבעטירן?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2005 20:47 |
|
| |
באקומען אין אישי פון MDU:
Regarding your question "Feivel" usually goes together with "Shraga" and it means the same a LECHT, I dont know in which language
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2005 22:01 |
|
| |
אזוי ווי ארי-ה איז טייטש לייב.
פרעג ארי' לייב ער ווייסט זיכער פשט.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2005 22:08 |
|
| |
די נעמען ווי
בעריש / בערל. לייביש / לייב. וואלף / וועלוועל. און וכו' איז דאך ידוע אז ס'האט א טייטש, אבער די אנדערע נעמען.
עצט טראכטענדיג, די נאמען זלמן, פון ווי שטאמט?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2005 22:13 |
|
| |
נעם א שולחן ערוך אבן העזר הלכות שמות גיטין, אבער א שטיקל דברי חיים, א נחלת שבעה , וואס אין צענדליגער אנדערע ספרים וואס זענען געווידמעדט דערויף,
למשל לייב, איז דא געוויסע פוסקים, וואס מען דארף שרייבען ארי המכוה לייב ,אבער יודא המכונה לייב , אין עס זענען דא וואס הייסען ארי לייבוש, אין עס איז דא וואס הייסען יודא לייב, אין עס איז יודא ארי
אלענפאלס ,דאס איז א זאך וואס א יעדער מסדר קידושין דארף קענען צו קענען שרייבען א כתובה ,ווי עס בארדף צו זיין
פליז נישט אריינמישן דא די סאטמארע פאליטיק
תוקן על ידי - ekstein - 18/09/2005 22:38:35
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2005 22:19 |
|
| |
די מקור פון זלמן איז גווענטליך יקותיאל יהודא
פליז נישט אריינמישן דא די סאטמארע פאליטיק
תוקן על ידי - jewboy - 18/09/2005 22:19:39
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2005 23:58 |
|
| |
די מקור פון זלמן איז שלמה SOLOMON בלע"ז
|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2005 01:02 |
|
| |
אין חבד איז אלעס אנדערש.
נישט אזוי?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2005 01:14 |
|
| |
געצעל און גימפעל, פין ווי קומט דאס?
און אז מען האלט שוין דא, פין ווי שטאמט שפרינצא?
און נישט פארגעסען פין זלאטע!!
און די באקאנטע יענטא!!
שלומצע און שלימפע, זענען דאך פין שלמה, אבער פארוואס נישט שולמית?
אפשר ווען מען זאל יעדעם דא רופען ביי זייערע ניקס, וואלטען צוגעקומען נאך א וועלט פין ספרים אין שמות גיטין!! עס וואלט זיך געטוהן לעבעדיג, יעדעס ניק - נאמען פין ווי עס שטאמט, באראפארקער דמתקרי ??? אדער מען דארף שרייבען בורופרקער, כנוסח ארץ ישראל??
און ר' דזאבוי, די תשובה צו דיין שאלה איז גאר פשוט, אמאהל איז געוועהן א וועלט אהן א היידפארק, זענען מענטשען געווען שטארק דעפרעסט, זיי האבען געטענה'ט למה נגרע? הלמאי ווייל מיר האבען נישט קיין היידפארק קענען מיר נישט האבען קיין ניקס?
האט מען גע'פסק'נט אז זיי זענען גערעכט, מען מעג רופען מיט ניקס, און אפילו עס איז נישט דא קיין היידפארק!!
און פין דעם איז ארויסגעקומען א וועלט פין פאני נעמען, וועלוועל און לייב, ביז שמערעל און פיני, טויבא און פייגעל, זיסעל און בונא, ניחא און שפרינצא וכל שאר השמות מכאן נפוצו!
א גוטע תירוץ?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2005 01:16 |
|
| |
אנדערש פון דיר, יא

|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2005 05:09 |
|
| |
באראפארקער,
אז די רעדסט שוין ענדליך צו דער זאך, לאמיך די פרעגען,
אז איינער פון אונזערע חשוב'ער שרייבער דא אין פארק קומט ל"ע אהן צו א ג-., דארף דער רב צו שרייבען נאך'ן נאמען דמתקרי (היידפארק ניק שלך כאן)?
נא רבני וגאוני היידפארק, וואס זאגט איר?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2005 10:33 |
|
| |
עס זיינען געווען זמנים וואס אידן האבען זיך גערופען מיט גוי'שע נעמען, למשל סנדר, פייבל, מענדל, בענדיט איך האב אמאל געליינט א לאנגע בירור אויף דעם ענין, זעה דעם ספר פון ר' ראובן מרגליות ז"ל ועוד.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2005 18:29 |
|
| |
צוויי נעמען וויל איך שטארק וויסן פון וואנעט עס קומט דער כינוי:
ווי קומט מנחם צו הייסן מענדל?
תוקן על ידי - jewboy - 19/09/2005 20:25:53
|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2005 18:43 |
|
| |
פון ווי מנחם קומט צו מענדל ווייס איך נישט.
תוקן על ידי - jewboy - 19/09/2005 20:26:54
|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2005 19:07 |
|
| |
די קעלבל זעה איך ווער עס איז, און פאר דיר איז נאר הערן א ווארט פון א ליובאוויטשער חסיד אזוי ווי די רויטע טיכל
האסט געענטפערט? אפגעפרעגט?
|
|
|
|
|