פראגע בנוגע איסור אויף ווידיאס בכלל
פראגע!!!
אלץ נייטראלער, (איך זע אז די זאלונים האבן זייער ליב דעם פרעיז, ע"כ האב איך באשלאסן אז דאס מיז זיין א גיטע זאך, בין איך אויך פון היינט אן א נייטראלער,)
וויל איך פרעגן א פראגע, איך ווייס אז ביי דעם ענין פון עירוב אין וויליאמסבורגער איז אנגענומען אז עס איז אסור בהחלט, ווייל... "דער רבי זי"ע האט דאס נישט געהאט" וואלט מען געמעגט וואלט דער רבי זי"ע זיכער געמאכט א עירוב, און אז ער האט דאס נישט געמאכט, איז א קלארער סימן אז עס איז אסור, נו, קען איך אצינדער פון דעם ארויסדרינגען בענין ווידיאס, אז עס א "חיוב" צו האבן א ווידיא אין שטוב ווייל... "דער רבי שליט"א האט אויך אין שטוב א ווידיא". וואלט דאס געווען אסור וואלט דער רבי שליט"א דאס זיכער נישט געהאט ביי זיך אין שטוב, און אז דער רבי האט ביי זיך אין שטוב איז א קלארער סימן אז מען מיז דאס האבן.
איך ווארט שוין קוים אויף די נעקסטע בכיות פון הרב זלמן לייב פיליפ אקעגן ווידיאס, ווי איך וועל מיך אויפשטעלן מוחה זיין א קעגן עם פארן מבזה זיין כ"ק אדמו"ר שליט"א.
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 21/09/2005 17:08:36
|
|