בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ווער איז חשוב'ער אונז אדער זיי ??

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/9/2005 09:55 לינק ישיר 
ווער איז חשוב'ער אונז אדער זיי ??

הזהרה******** קול באשה *******************

http://www.clipshack.com/UserInfo.aspx?id=2972

תוקן על ידי - aaatozzz - 22/09/2005 9:59:43



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/9/2005 14:20 לינק ישיר 

they are the ones with prob. now, having to answer why they believed in zoinizim till now



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/9/2005 16:09 לינק ישיר 


מורא'דיג!

יישר כח aaatozzz, וואס קען מען זאגען.

דער וואס זיינע אידישע געפילען ווערען נישט גאר שטארק נתעורר דורך דעם, איז צריך בדיקה אחריו.

איך גלייב נישט אז ווען ס'מאכט זיך א ענליכע מצב ביי אונז, (ד.ה. אז אונזער ציבור זאל זיך פילען מחמת סיבה אין אזא פארלוירענע מצב ווי זיי זענען,) אז מיר וואלטען געהאט אזא התעוררות פון תשובה ותפלה ווי דארט.

עכ"פ, מיט דער אידישע הרגש זיכער נישט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/9/2005 16:44 לינק ישיר 

אינטערעסאנט איז אבער אז מאנכע וועלען זאגען אז ס' איז גארנישט מיט נישט, און די געפילען זענען אין בעסטען פאל פוסטע "ציוני'שע", אדער אין ערגסטען פאל "אפיקורסישע", אדער ביידע

איך דענק אז די אלע אטומי לב וואס וועלען אזוי זאגען זענען נישט בעסער ווי די ציוניסטישער פאליציי און אפשר נאך ערגער, זיי האבען כאטש א תירוץ אז מ'מוז פאלכען די באפעלען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/9/2005 17:41 לינק ישיר 

דאס איז די אמת'ע כלל ישראל. אזוי האבען אויסגעזעהן אונזערע עלטערען איידער עס האט זיך אנגענהויבען ביי אונז די פאליטישע אינטערעסען וואס מען האט אונז אומגאנצען אוועק געדרייט פונם אמת. ד.ה. אזוי וואלטען מיר אויסגעקוקט ווען מיר האבען רבנים אנשטאט רבי'ס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/9/2005 17:45 לינק ישיר 

פינקי קוק ווי ווייט דיינע נגונים דערגרייכען.........

נאך א קליפ http://clipshack.com/SearchResult.aspx?viewmode=3



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/9/2005 20:05 לינק ישיר 

איך האב געהאט ביי מיר אין אפיס א משפחה פון מאנרו גאנץ נארמאלע מענטעשן און איך האב זיי געלאזט זעהן דם קליפ זיי זיינען נעבעך געווארען אומגאנצען צומישט זיי האבען עס נישט געוואוסט ווי אזוי צו הענדלען.

ליידער האבען די "שיטה'ניקעס" געמאכט א מצב וואס פשוט'ע אידישקייט איז פרעמד צו זיי... למשל

ה' הוא האלקים
כותל מערבי
ארץ ישראל
אהבת ישראל
דף גמרא
כבוד התורה



קענט איר עפעס מוסיף זיין ?

תוקן על ידי - aaatozzz - 26/09/2005 20:09:48



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/9/2005 22:33 לינק ישיר 

ס'א רירענדע קליפ און גוטע פראפאגאנדא.
איך שטעל מיך פאר אז א ווארעמע קאנסערוואטיווע אדער רעפארמער דאווענען וואלט אויך געווען רירענד, און אפילו א קאטוילישע צו מוסלאמינער.
דאס שוועריגקייט צצוזעהען יענעם'ס ווייטאג איז א מענטשליכע געפיהל, אפילו ווען דער ווייטאג איז אן אומזין
נאר א שאד די פאלעסטינער האבען נישט אזעלכע גוטע פראפאגאנדיסטען
וואס האט דעס מיט חשיבות צו טאהן?

תוקן על ידי - wassa_dif - 26/09/2005 22:32:40



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/9/2005 22:40 לינק ישיר 

אבער ענקערע געפילען מיט פולע בייכער דאס איז אמת ? אה ?

זאג מיר מיט וואס דו ביסט בעסער פון זיי ?

דו וועסט דאך א ודאי זאגען "ציונות" ! "אמונה" !

אבער דאס איז פוסטע דיבורים ווייל עטץ זיינט געגליכען צו א פיש סטאר וואס האט א סיין אז עס איז א דשולערי סטאר, עטץ האט א פאלשע סיין, ווייל אזעלעכע ציניקער און אפלאכער פון יעדע אמת'ע אידישע געפיל ווי עטץ זיינט איז דאך נישטא אין די וועלט, און איר אליין האלט נישט איין ענקער אייגענע "שיטה" ! עטץ מאכט די גרעסטע לצנות פון ענקערע אייגענע רבנים, וואס איך האב אליין געהערט פון ענקערע פלאטשיגע ביבער היטלעך בארעדען דעם רבי'ן זכותו יגן עלינו, און ווער רעד נאך פון ר' יח"מ ר' נ"י מייזעלס, ר' יחזקא' ראטה ועוד ועוד.

די גוש קטיף אידן פאלגען אויס מיט א תמימות וואס זייערע רבנים זאגען, זיי האלטען די תורה בפשטות לויט ווי זיי פארשטייען עס, און לפי דעת הרבה איז דאס דער ריינער אמת, עטץ זיינט די ריכטיגע ריפארמער און נאך ערגער ווייל אטץ זיינט לצים.

תוקן על ידי - aaatozzz - 26/09/2005 22:55:38



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/9/2005 22:48 לינק ישיר 

רעדסט צו מיר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/9/2005 22:51 לינק ישיר 

א ריכטיגע בכי' של חנם, אזוי ווי די מרגלים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/9/2005 22:52 לינק ישיר 

להבדיל אלף אלפי הבדלות פון די מרגלים. די מרגלים זיינען געווען עהרליכע אידען וואס זיינען פארשטרויכעלט געווארען און זיי זיינען סתם הפקר יונגען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/9/2005 22:59 לינק ישיר 

איז דא און גוש קטיף אזעלעכע פראבלעמען ווי ר' אהרן רעד און זיין דרשה וועגען "דערשנאפען" ? הההההפפפפקקקקרררררררררררר יונגען וכו' ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/9/2005 23:04 לינק ישיר 

איך ווייס נישט,

מעגליך,

למאי נפק"מ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/9/2005 23:07 לינק ישיר 

ברידערלעך
נישט דאס האט די רבי זי"ע געמיינט, לאכען פון אידן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/9/2005 23:10 לינק ישיר 

AAATOZ
האסט גארנישט געזעהן די באשרייבונגען פון וואס האט זיך אלץ דארט געטאהן, אה?
ווייסט נישט פון וואסערע זיידענע סחורה מ'רעדט?
אוודאי איז נישט דא די אלע פראבלעמען וואס ר' אהרן האט גערעדט אין קרית יואל. מ'דארף זיך נישט קוקען אונטער די מחיצה אדער פארשטעלען פאר א קאר סערוויס. מ'קען אריין קומען פראנק און פריי מיט א הייליגע ספר תורה..
און דאס איז אין בעסטען פאל. די צייטונגען האבען באריכטעט אז ס'האט אפגעטוען דארטען ווי א געהעריגע היפי'ס קאנווענשאן. דראגס מיט אלע גוטע סחורה. אויב מ'האט נישט גוט אכטונג געגעבען וועט דער פארשטארבענער גוש קטיף האבען א שיינע פאר קינדער וואס וועלען נאך קענען הייסען נאך עם..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ווער איז חשוב'ער אונז אדער זיי ??
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext