בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ווער איז חשוב'ער אונז אדער זיי ??

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/9/2005 04:31 לינק ישיר 

יא עס איז דראמאטיש!



פון האליוואוד ערשיינט וועכנטליך דראמאטישע פילמס. אבער דאס איז אנדערש.

אינדערצייט וואס האליוואוד'ס וואלט געקענט באווייזן די זעלבע דראמטישע סצענע, איז דאס אבער נאר אקטיארן וואס ווייזן וויאזוי צו שפילן באזארגט, צומישט, אנגעווייטאגט און טרויעריג.

דא האב איך געזעהן א שטאפל ווייטער.

איך האב געזעהן א דראמאטישע סצענע וואס איז מייסטערהאפטיג אויפגעסעט. זיי האבן באוויזן צו ערצייגן עכטע באזארגטע, עכטע צומישטע, עכטע אנגעווייטאגטע און עכטע טרויעריגע קונדערלעך.

זיי – מיין איך די פאליטישע אקטעוויסטן (דו אראנדזש מאוומענט, וואו מ'זעהט פון די טי-שורטס)

קונדער'לך רוף איך זיי, ווייל איך האב געזעהן, מיינסטענס, מיידלעך און נישט קיין ערוואקסענע, ביידע צוזאמען פארמירט א מעכטיגע דעתן קלות, א פערפעקטע רעצעפט צו פארמירן א קולט.

איך האב אסאך געליינט איבער קולטס ( פריש געשאפענע רעליגע'ס, עקסטרעמע. מיינסטענס געפירט דורך מיינד מאניפילעטארס, ווי זיי כאפן אריין צובראכענע אדער שוואכע מוחות און זיי מאכן מיט זיי כל האטארעס) עס איז סך מער דראמאטיש! טוט עס דען איבערצייגן דו ווארהייט איבער די תוכן פון די קולט? לגמרי נישט!

אומערוואקסענע בכלל און מיידלעך בפרט, קענן מען איינרעדן אז די לבנה גייט בקרוב איינפאלן און זיי צוזאמנעמן און א שול הויף און גוזר תענית זיין, קריעה רייסן, שופר בלאזן, מחרים זיין אאוו.




ווען די דיבעיט גייט אריבער פון א לאגיק צו הייפ און עמאציען איז שווער צו מיטהאלטן, ווייל דאמאלס רולט נישט קיין לאגיק....


מהאט שוין געהערט אזוינס און מדינת ישראל, אז מ'גיט צוריק שטחים. אבער קריעה רייסן? מאן דכר שמיה?

נאר וואס דען? ס'ווענד זיך וויאזוי מ'בעט דאס אונטער לאנג ביפאר די קאמערעס קומען פילמירן.

די גראונדווארק ברויך געלייגט ווערן אסך פריערט. נאכדעם איז שוין גרינג צוזאמצושטעלן א דראמטישע מאשען פיקטשער, געשפילט דורך אקטיארן וואס מיינען עס אמת'דיג. זיי ווייסן בכלל נישט אז די גאנצע ספעקטאל איז בלויז פאר די קאמערעס.


ווען דאס איז ווען מיין קונד וואלט איך איר אוועקגעטראגן סך פריערט, זי זאל נישט דארפן בתמימות זיך מקריב זיין פאר די פאליטישע אינטערעסען פון אנדערע.

עס איז זייער דראמאטיש. די טרומא קען נעבעך אפעקטירן די אומשולדיגע מוחות פאר אייביג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 04:42 לינק ישיר 

Average




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 04:48 לינק ישיר 

איך האב יעצט באקומען דעם לינק האטס הנאה
http://seconddraft.org/streaming/pallywood.wmv



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 04:51 לינק ישיר 


איך באמערק אז די עולם דא זיכט עפעס זיך שטארק צו פארענטפערען, איך ווייס נאך נישט אויף וואס, עכ"פ דער וואס נישט, איז פארנומען אריין צו קוועטשען אגוד'לעך...

אלזא, לאמער פרואווען ציען דעם שמועס מיט אביסעל לאגיק, ב"ה אז ביזדערווייל איז אין דעם אשכול נאך נישט אויף געקומען קיינער צו זאגען אז מ'רעדט דא אפיקורסות, און ממילא, וועל איך איבערשרייבען מיין פריערדיגע שאלה.



זענט איר נתרגש געווארען פון הערען דעם קליפ?

אויב נישט, וואס האלטסטו באמת, איז דער סיבה פאר'ן נישט נתעורר ווערען?



איך דארף באמת גאר נויטיג האבען א תשובה, ווער ס'קען, ווערט געבעטען צו שרייבען.

יישר כחכם.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 05:04 לינק ישיר 


איך מיין אז דער תגובה פון ליפא'לע, איז ראוי פאר אן אייגענע אשכול, וכן אעשה.

דארט וועט מען קענען אדורך טוהן דעם קליפ לאורכה ולרוחבה...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 05:14 לינק ישיר 

זשיד

Average האט עס זייער גיט ארויסגעברעגט, עס ברויך נישט מער הסבר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 05:18 לינק ישיר 

Lipal's video, while amusing in contrast, does reinforce my theory. Indeed polywood is taking place on both sides.

One picture is more then a thousand weapons. And that's the name of the game.



זשיד, וואס פונקטליך מיינסו מיט "נתעורר"? צו תשובה? ניין אבסולוטלי נישט.

צו דאס הארץ גייט אויס? אבסולוטלי יא!

מיין הארץ איז פארקלעמט, איי וויש איך וואלט געקענט צוגיין און זאגן, נעם דיך נישט צום הארצן.

די פרעגסט וואס דער עולם פארענטפערט? איך זעה נישט דאס. איך זעה ווי דער עולם איז מסביר פארוואס מ'איז יא אדער נישט געווארן נתעורר. דו ווילסט דאך נישט בלויז א טרוקענע יא אדער ניין. נישט אזוי?

תוקן על ידי - average - 28/09/2005 5:19:37



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 06:08 לינק ישיר 

average

כלפי דיין תגובה בראש העמוד.

איך מיין אז די ביסט אביסעל פארשטיינערט, ווען מען זאל מאכען א גירוש אויף ווילי אדער בארא פארק, וואלסט די געזאגט אז עס איז נישט געפעהרליך, ווייל כבר הי' לעולמים?????


געוואלד, מען רעדט דאך פין א גירוש, מען האט ארויסגעטריבען אכט טויזענט אידישע משפחות פין זייערע היימען!!

איך ווייס נישט וואס די ביסט, א ציוני אדער פארקערט, אבער די ציונים האבען כאטש א מהלך פין נישט זיין צו בעצבות, ווייל זיי קענען האלטען אז מען גיט שטחים פאר שלום, אבער איינער וואס איז א אנטי ציוני, איז דאך דאס א מעשה רשעות פין "גוים" קעגען אידען!

מיט וואס איז דאס אנדרעש ווי די גירוש פין שפאניע אדער גירוש אשכנז, צו וועלכע פין די צענדליגע גירושים וואס כלל ישראל האט מיטגעמאכט אין די לעצטע צוויי טויזענט יאר?

ווייל זיי זענען מתנחלים? איז וואס? מאכט זיי דאס אויס אידען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2005 06:50 לינק ישיר 

באראפארקער

כ'האף אז ווען דו וועסט זעהן די ווערטער, וועסטו שוין האבן געכאפט א שטיקל דרימל... ווייל פון דיין פאריגע תגובה קוקט אויס ווי דו קענסט עס נוצן.

אין אנדערע נייעס

קוקט אויס ווי באראפארקער איז 'פארב-בלינד', ווייל דער מענטשעלע וואס איך האב דיר פארגינט איז געווען בלוי און נישט גרין...

ואתך הסליחה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 07:39 לינק ישיר 


average

הסברים אויף צו ווערען נתרגש, און מיט צו פילען מיט אידען, ב"ה אז איך דארף נישט יעצט אויף די מאמענט...

וואס איך זיך איז, דער וואס ווערען נישט נתרגש, זאלען ביטע מסביר זיין פארוואס נישט. דהעטס איט.

איך מיין אז נאך די הסברים פון די שונאי ישראל כדוגמת וואסא דיף, וועט זיך נישט פארלאנגען פון מיר קיין שום תגובה, ס'וועט רעדען פון זיך.

און פאר דער וואס ווייסען נישט אז ס'איז דא אזוינע פערשוינען דא אין פארק, וואס ס'אינטערעסירט זיי נישט אידיש בליט, זאלען ביטע צירוק קוקען אין די ערשטע בלעטעל פונעם אשכול.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 07:40 לינק ישיר 

די היינטיגע יונגעלייט ווייסען נישט וואס הייסט תשובה.

נתעורר גאווארען צו תשובה זאגען זיי וואס איז דאס ?

תשובה איז איין ווארט זיין נאנט צו אייבערשטען, איין ווארט דעטס איט.

אויב איינער ווייסט נישט וואס דאס מיינט זאל ער פרעגען זיין רבי'ן (אויב דער רבי איז בכלל אין די ליין).

די יונגע מיידלעך וואס עברית איז זייער מאמע לשון פארשטיין קלאר וואס די פסוקים פון תפלה לעני מיינען פארדעם נעמט עס אזוי אדורך צוצוקוקען זייער געבעט, ולפני ה' ישפוך שיחו, ה' שמעה תפלתי ושעותי אליך תבא און די שטערקסע פוינט "אל תתתתסתר פניך מממממנו ביום צצצר לי", אוי וויי א געוואלד !!!!!

און דערצו איז דער ענין פון אמונה ביי זיי ריין און נישט פארפאטשקעט מיט ציניציזם און אויפגעקלערטקייט. ליידער איז תמימות א זאך וואס מען ווערט געבוירען דערמיט און איינמאל מען מאכט עס קאליע קען מען עס קיינמאל נישט צוריקהאבען. על זה דוה לבינו.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2005 08:54 לינק ישיר 

באראפארקער
איך האב נישט געשריבען קיין איין איינציגע ווארט וועגען באבאב. דיין צומישען אנדערען'ס תגובות מיט מיינער זאגט אסאך וועגען דיין ניווא פון פארשטיין בכלל.
איך וועל פראביערען נאך איין מאל צו ענטפערען, און איך האף אז דו מאל וועסט דו יא פארשטיין, כאטש איך טו מיך נישט מער ווי איבערחזר'ען נאך אמאל.
אויף א ווייסע קלייד זעהט זיך אן א שווארצען פלעק. אויף א שווארצע קלייד נישט.
אין ווילי איז דא א פראבלעם פון עטליכע בחורים צו אינגערלייט וואס נעמען דראגס. אין הארלעם נישט. (נישט אז זיי טוען עס נישט נאר ס'נישט קיין פראבלעם)
אין קרית יואל איז דא א "פראבלעם" פון א שוואכער עלעמענט. ביי די מזרחיסטען נישט. נישט ווייל זיי טוען נישט די זעלבע זאכען נאר ווייל ביי זיי איז עס אנגענומען און נישט קיין פראבלעם.
ביטע זאג אז דו האסט שוין פארשטאנען. איך ווער שוין מיד איבערזאגען נאכאמאל און נאכאמאל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 09:12 לינק ישיר 

JID
וואס האסט דו זיך אנגעטשעפעט צו מיר?
איך האב געשריבען אין אנדערע אשכולות אז זייערע וויינען איז (נישט ווי דו זאגסט, ווי א קינד ביי אן אפעראציע, נאר) דאס פון א משוגענער וואס מ'שלעפט עם צוריק פון עק דאך און מ'לאזט עם נישט אראפטאנצען.
לאגיש, איז נישט דא קיין שום ענין פאר א נארמאלער מענטש צו שפירען "מיטלייד".
דא האב איך געשריבען אז די קליפ איז רירענד. צוצוזעהן ווי אנדערע מענטשען וויינען ערוועקט נאטורליכע מענטשליכע געפיהלען. (איך ווייס נישט צו דאס האט מיט אידישקייט איינגעשטויסען.) ס'א שיינע שטיקעל פראפאגאנדא. פראפאגאנדא, און אזוי אויך אדווערטייזינג איז געבויט אויף שפיעלען צו די געפיהלען און דער אומלאגיקען טייל פון מענטש.
א טראכטענדיקער מענטש קען צוריקשטיין און טראכטען, א מינוט, וועלכע געפיהלען מיינט מען דא צו ערוועקען און צו איז עס טאקע אזוי?
מין הסתם ביזט דו פון דער זאמביס (ZOMBIES) וואס לויפען ארויס גלייך קויפען נאך א גוטע אדווערטייזמענט. שפיר נישט שלעכט. א מולטי מיליון דאלער אינדאסטרי איז געבויעט נאר אויף מענטשען ווי דיר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 17:27 לינק ישיר 

איך מיין איך געב אויף, זאל יעדער איבערקוקען, און זעהן ווי מען קען מיט די חברה נישט פירען קיין נארמאלע דיסקאסיע, זיי ענטפערען נישט אויף וואס מען רעדט, לייקענען און לייקענען אויף דעם וואס זיי האבען געשריבען, און ווילען נישט מודה זיין, מילא, איך געב אויף, מיט די חברה לוינט זיך נישט צו פירען קיין וויכוחים, אבער,

איין זאך וואס מען זעהט יא דא איז, אז עס דא א זאך וואס רופט זיך שנאת ישראל, וואס דאס טוט ארויסשטעקען ביי פארשידענע שרייבערס דא אויף א מאסיווען פארנעם.

ווי אזוי האט יענער דייטשער גר געזאגט? פארוואס האב איך אויסגעקליבען צו זיין אין סאטמאר? ווייל דער גרעסטער אידעשער שונא ישראל איז א סטאמארער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2005 18:52 לינק ישיר 

יא,יא

איך בין שטארק מסופק, וועלכע שנאה עס איז שטערקער

די שנאה וואס דער דייטשער גוי האט פיינט דעם איד,

אדער די שנאה וואס ''באראפאקער''האט צום פרומען ערליכען עלימענט,
???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ווער איז חשוב'ער אונז אדער זיי ??
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.