בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ווער איז חשוב'ער אונז אדער זיי ??

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/9/2005 18:52 לינק ישיר 

לוינט זיך טאקע נישט פאר איינער ווי דיר צו פירען וויכוחים. קענסט מיר אנצייכענען ווי איך האב למשל געריבען איין ווארט וועגען באבאב. אדער סיי וועלכע אנדערע סתירה וואס דו האסט אויספאנטאזיערט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 18:27 לינק ישיר 

וואסאדיף
לוינט זיך טאקע נישט, ווייל די פירסט די וויכוח אין דקדוק פין נארישקייטען (אפילו אויב מען זאל דן זיין די וויכוח פאר נישט נאריש).

איך האב אמאהל געשריבען אז "די" זאגסט שרייבסט וועגען באבוב??? עיין דף ב בדברי שלום משה, ער האט געסטראשעט, און אויף דעם האב איך מיך באצויגען!! נישט אלעמאל רעדט מען צו דיר,

אבער לאמיר אנהייבען נאך אמאהל,

1.
איך מיין עס איז גאנץ קלאר אז קרית יואל האט א פראבלעם וואס קיין אנדער חרד'שער מקום האט נישט, ר' אהרן, הגם ער האט א פרעכער שפראך, גלייב איך נישט וואלט זיך אויף געשטעלט זאגען זאכען וואס איז לא הי' ולא נברא, און יעדער ווייסט אז א מצב וואס ער האט אראפגלייגט, געפינט זיך "נישט" אין ב"פ, נישט אין ווילי און נישט אין מאנסי, ביים "היימישען" ציבור.


2.

די שאלה איז פארוואס?? האסטו (וואסאדיף) פארגלייגט, אין דיין מהדורא קמא עכ"פ, אז די סיבה איז ווייל מען לעבט דארט מער איינגעצוימט.

אמת?????


3.
האב אני הקטן אויף דעם געזאגט צוויי הערות.
א. אז לפי דבריך קומט אויס אז די סיבה פין קלות קומט פין איינגעצוימקייט,
ב. אני הקטן בין מחולק, לדעתי קומט די פראבלעם אין קרית יואל וועגען די חינוך דארט האט פראבלעמען.


ביז יעצט, האסטו נישט גענטפערט דיירעקט אויף מיינע הערות פין דיינע ווערטער, איך האב גוט גליינט וואס די שרייבסט, אבער לדאבונך, שרייסטו נאר פרישע טעמים און תירוצים, למשל אז עס זעהט זיך מער אהן, און די טוסט געבען משלים אויף דעם (באלט שענער פין דובנער מגיד...), אבער שאלתי ובקשתי, פארדריי נישט, ענטפער אויף דעם וואס די האסט פריער געזאגט. פארשטאנען??


אויף דעם וואס די זאגסט אז איך שרייב נישט צו די זאך, האב איך פאר דיר אן הערה
ווען איינער איז מחולק מיט דיר, מיינט נישט אז ער רעדט נישט צו די זאך.

און געדענק, ווען די שרייבסט פראביר אליין זיך אריין לייגען און יענעם'ס פלאץ, און טראכט מיט וואס וואלסטו דיך משכנע געווען, פראביר צו שרייבען "צו דער זאך".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2005 18:48 לינק ישיר 

בארא פארקער

קודם כל

1.
פארוואס האט דיר גענומען א פולע מעת לעת ביז דו ביסט אויפגעקומען מיט די באמבע תירוץ וואס מאכט אונז אלע אייננעמען א שתיקה



2.
איך האב פרובירט דיר צו פאלגן (אלס מצוה לשמוע דברי 'אויבער'-חכמים) און זיך אריינלייגן אין דיין מצב איידער איך ענטפער.

אבער זייענדיג עטליכע מינוט אין דיין מצב האב איך געשפירט אז איך ברויך זיך עטוואס צולייגן... מיין קאפ האט מיר אביסל געשווינדעלט... האב איך באשלאסן שנעל ארויסצושפרינגן פון דיין מצב און זיך צוריקקערן צו מיין אייגענער מצב...



3.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 19:16 לינק ישיר 

באראפארקער
איך ציטיר דיינע פריערדיגען תגובה
"און צו דיר ר' וואסא דיף.

איז זיי מחליט, מיט וואס גענוי איז ערגער אין קרית יואל (און דיין תשובה אז אין באבוב איז נישט אנדרעש איז טיפיקעל סטעריאטייפ, ד.ה. די האסט נישט וואס צו ענטפערען פראבירסט די צו דרייען אז ביי מיר איז נישט בעסער, קודם כל מאן יימר, והשנית איך האב אמאהל געזאגט אז נישט? אדער אז יא? ווי קומט עס אריין???????), ווי ביי די חברה דארט אין גוש קטיף??? די אליין שרייבסט אז די "חילוק" נעמט זיך פין איינגעצוימקייט. איז יא דא א "חילוק" אדער נישט?? "
מיט דיין לעצטע
"איך האב אמאהל געשריבען אז "די" זאגסט שרייבסט וועגען באבוב??? עיין דף ב בדברי שלום משה, ער האט געסטראשעט, און אויף דעם האב איך מיך באצויגען!! נישט אלעמאל רעדט מען צו דיר"
ביטע פארגלייך די ביידע און זאג מיר צו איך בין דער וואס קען נישט ליינען צו...?

און יעצט צו'ם זאך. האסט מיר מיספארשטאנען. איך האב גערעדט פון די היימישע ציבור אין אלגעמיין, נישט דוקא קרית יואל. ריכטיג אז קרית יואלער רב האט גערעדט אפענער ווי אנדערע רבנים אבער די מצב אין וויליאמסבורג איז נישט קיין סאך בעסער און די מצב אין באראפארק איז פיל ערגער.
איך ווייס נישט אויף וועלכע פלאנעטא די וואוינסט אדער וואס מ'האט דיר שוין פארקויפט אויף קרית יואל אז דו גלייבסט אז דארט טוט זיך עפעס וואס דא נישט. גייט'ס אריין אין די שענק אויף נארט-סייד, אין די שוויץ בעדער און מאסאדז פארלארס אין מאנהאטען, און זאג מיר אז אלע אידען דארטען זיינען געקומען צו פאהרען פון קרית יואל. כנ"ל אטלענטיק סיטי, כנ"ל נאך פלעצער וואס איך וועל נישט דערמאנען מפני הכבוד. וויפיהל חסידישע יונגערלייט קומען ארויס פון די ווידיאו געשעפט אויף 18 עק 45?
איך פריי מיך איך האב ענדליך געכאפט דיין טעות.
לכבוד דיר האב איך איבערגעליינט מיינע אלע תגובות אין די אשכול פון אנהייב ביז צו'ם סוף און במחילת כבודך, איך גיי זיי דא ציטיערען(דאס גייט זיין א לאנגע תגובה אבער פארפאלען, איך זעה נישט קיין אנדערע עצה)

דאס האב געענטפערט אויפ'ן ערשטען בלאט


AAATOZ
האסט גארנישט געזעהן די באשרייבונגען פון וואס האט זיך אלץ דארט געטאהן, אה?
ווייסט נישט פון וואסערע זיידענע סחורה מ'רעדט?
אוודאי איז נישט דא די אלע פראבלעמען וואס ר' אהרן האט גערעדט אין קרית יואל. מ'דארף זיך נישט קוקען אונטער די מחיצה אדער פארשטעלען פאר א קאר סערוויס. מ'קען אריין קומען פראנק און פריי מיט א הייליגע ספר תורה..
און דאס איז אין בעסטען פאל. די צייטונגען האבען באריכטעט אז ס'האט אפגעטוען דארטען ווי א געהעריגע היפי'ס קאנווענשאן. דראגס מיט אלע גוטע סחורה. אויב מ'האט נישט גוט אכטונג געגעבען וועט דער פארשטארבענער גוש קטיף האבען א שיינע פאר קינדער וואס וועלען נאך קענען הייסען נאך עם"

איך וועל פראביערען צו מסביר זיין, לאנגזאם, קלאר און דייטליך. די מענטשען האבען נישט אזעלכע פראבלעמען פון קוקען אונטער א מחיצה אדער פארשטעלען ווי א קאר סערוויס. פארוואס? ווייל זיי טוען זייערע מעשה נבלה אפענערהייט. אין דער קליפ אליין קענסט דו זעהן רע-בנים דרייען מיט די ספר תורה צווישען די מיידלעך. ווער רעדט נאך וואס זיי טוען אין דרויסען אן קיין מחיצה.

זעהסט דו דא איין ווארט וועגען איינגעצוימטקייט?

דאס האב איך געשריבען אויפ'ן צווייטען בלאט.

ערשטענס, ווען מ'הוליעוועט ביז דער דרייציג און מ'לאזט זיך גוט וואוילגיין איז טאקע א סאך לייכטער נאך דעם. צווייטענס, דארפסט נישט גלייבען. איך וואלט דיר געקענט דערציילען מעשות פון היינט ביז מארגען אבער וואס פעלט עס אויס? און סיי ווי וועט מען דאס אויסמעקען

נאכאמאל, ליין שטאטלעך. אונז האבען א גרויסע ציבור וואס האט חתונה ביי דער אכצען, ניינצען, אין פארגלייך מיט זיי וואס האבען חתונה אין די שפעטע צוואנציגעס פריעסטענס. איינער וואס איז שוואך אין ענייני קדושה ביי אונז, איז נאך דא א גרויסע מעגליכקייט ער זאל גליטשען נאך זיין חתונה.
ביי זיי, האט מען שוין אפגעטוען כל דבר אסור און זיך ארויסגעגעבען אלע תאוות לאנג פאר זיי האבען געקלערט חתונה צו האבען, אויך האבען זיי חתונה אלץ א סאך מער ערוואקסען (MATURE בלעז) איז אפילו אויב מ'וועט נאכגעבען אז זיי האבען א קלענערע פראצענט פון מעשות נאך די חתונה, וואס ווי איך האב צוגעשריבען, איז בכלל נישט אמת, איז דאס פשט.

אויף די צוויי תגובות האסט דו מיר באפאלען אז איך רעד פון "איינגעצוימטקייט".
איך האב גענומען דער מיה אפצושרייבען א לאנגע תגובה, ביטע זיי דו אויך אזוי גוט, זיי מיר מסביר ווי און וואס דו האסט געזעהן ביי מיר אנדערש פון אנהייב ביז צו'ם סוף.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ווער איז חשוב'ער אונז אדער זיי ??
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.