גם אני מצטרף להנ"ל, איך וויל איבערבעטן אלע גולשים קוראים ומגיבים פון חדשות אנש, אויב האב איך איינעם מצער געווען אדער וויי געטוהן, במישרים או בעקיפין. ווי מ'קען זען פרואוו איך זיך צו האלטן גאר מילד און פרוביר קיינמאל נישט צו שטעכן אדער פליקן קיינעם, נישט קיין יחיד און נישט קיין רבים. ואתכם הסליחה.
צו דער זעלבער צייט וויל איך בעטן אלע קוראים נכבדים, צו מוחל זיין אלע אידן בלי יוצא מן הכלל באמת ובלב שלם, ווי חז"ל דרש'ענען אויף נושא עון ועובר על פשע, אז ווען מ'איז מוחל פאר די וואס האבן אים וויי געטוהן איז כביכול דער רבוש"ע אויך אים מוחל. ויה"ר שנזכה לשנה טובה ומתוקה ושנת גאולה וישועה.
איך וויל איבערבעטן אלע גולשים - אין מיין נאמען, און אין נאמען פון אלע מיינע אנדערע ניקס, הידועים ואת שאינם ידועים - ובפרט די וואס זענען געווען באטראפעצט אויף מיין ניק, איך האף אז זיי האבן זיך שוין געטראפן וויכטיגערע דאגות.
כתיבה וחתימה טובה יו אלל און א גוט געבענטשט יאר!!!
נשלח ב-27/9/2005 08:38
מוחל ?
מוחל !
נשלח ב-27/9/2005 09:12
geferlich שרייבט
* * * מיין התנצלות * * *
בנמיכת ראש בכפיפת קומה בכניעת חיל
כאטש איך האב פול געזינדיגט ביני לבין קוני
האב איך מוסיף געווען חטא על פשע דא אין הייד
ביני לבין חברי שיחיו עמו"ש.
צומאל איינעם אריינגעפליקט אריינגעזאגט פארשעמט אנגעשריגן... אריינגעשטאכן וכדומה, ענינים וואס וואלט געקענט יענעם וויי טוהן, אפילו מען זעהט אים נישט דא, אבער עס קען געמאלט זיין אז יענער איז ווייס, רויט, געל, גרין, געווארן, והמלבין פני חבירו וכו'.
עס איז אפשר אביסל שפעט, צו נאנט צום יו"ט און ס'שיינט אז א צאל חברים בפורום שרייבן נישט דא, אבער איך האף אז זיי ליינען דא וואס איך ששרייב, און זיי וועלן מיר באמת מוחל זיין און צוריק שרייבן, צו בארואגן מיין געוויסן.
ווען איך בין אריינגענומען געווארן דא אין פורום,
האב איך געמיינט, יא איך וועל שוין ווייזן פאר די ארונים, מארגן ווערן זיי אלע אויס, און נאך אזעלכע
קראצעדיגע מחשבות זרות. מיט די עירוב טראגער האב איך געטראכט הע! לאזט מיך צו! איך וועל שוין מאכן סדר מיט זיי.
וואו וואס ווער ווען, אלעס ביים אלטן אויב נישט ערגער,
סתם אנגעברענגט צייט, ביטול תורה. אפשר דאס אז איך האב
בשעת מעשה נישט געזינדיגט, ווען מיר עפעס גערעכנט ווערן.
ווער ווייסט.
אין יום כיפור מכפר עד שירצה את חבירו !!!
טייערע ברודערלעך תחיו!
איך בין דא ברבים מפייס יעדן איינעם וואס איך האב אמאל
מצער געווען אויף סיי וואס פארא אופן, ברבים צי ביחיד, איינער וואס האט זיך געשפירט געטראפן אדער באליידיגט פון
מיינע רייד, בעט איך יעצט איבער דא ברבים, און איך בעט אל תהיו כאכזרים ותמחלו לי בלבב שלם. און איך בין אויך מוחל יעדן איינעם באזונדער, אן קיין שום פאראיבל.
איך רעכן אויס עטליכע נעמען וואס איך געדענק ואין מוקדם ומאוחר...
אויסשווארץ
זאליוועקי
געטמי
באטשי
קוטשמע
זשיד
ק.זש.אלייענס
אה, און גישמאקער.
גם אני מצטרף :
איך האב חלילה דורך דעם גאנצן יאר שרייבן קיינעם נישט געוואלט וויי טוהן נאר אזוי מיר זענען ליידער אין גלות אין עס איז גענוג ביטער ליידער צרות פאררידערט ממש יעדן מענטש איז כדי זיך צי האלטן פארנימען דער גלות זאל נישט אויסזעהן אזוי לאנג ווי עס איז האט דער הייליגער באשעפער צוגעשטעלט ר' אהרן אין ר' זלמן לייב אבער מען מיינט נישת קיינעם פערזענליך !!!
איחוד אין יוסף90 אין משה גבאי אין [ווען האב איך כוח רעכן איך ווען אויס אלע ענעקערע נעמן אויך] איך בעט ענק איבער באותו מקום ...