דרשת הרב הלל וויינבערגער נ”י
איך האב דאס באקימען אין אישי, אפשר קען מיר איינער מסביר וואס ער וויל, ווייל איך פארשטיי דאס נישט......
findodort שרייבט
היות מען האט לעצטענס געדריקט דרשת הרב הלל וויינבערגער נ''י ולדאבונינו הרב כולו לקי
בחסרות ויתירות
כדי לטשטש המכוון מיט אומבאגרעניצטע חוצפה און מוסיף געוועהן חטא על פשע מיט מסלף זיין דברי אלקים חיים, כאילו מיר שעמען זיך מיט דברי הרב הנ"ל", ע"כ לבקשת הקוראים ולחיבת הקודש העתקנו הדברים לברר מקחו ...
איז דען שייך אזא מין טענה אז יענער פארלאזט זיך אויף זיין רב, ווער איז זיין רב, ער האט עפעס טופס מקום געוועזן? ער האט דאך געלעבט - ווען דער רבי איז געוועהן איז ער דאך אויך געוועהן, מען האט זיך עפעס מיט אים גערעכנט? אדער איז ער געגאנגען מפלפל זיין און ער האט איבערגעוויזן פאר'ן רבי'ן אנדערש, און דער רבי האט צו אים מסכים געוועהן? ער איז בכלל עפעס א בא במנין בא בחשבון אז ער קען זיך אקעגן שטעלן קעגן די גדולי גאוני וצדיקי הדור? דאס האט עפעס א רעכט? איז ער דען נישט - טאמער איז דא א רב היינט וואס זאגט אזוי, אויב עס איז בכלל דא? איז ער דען נישט עובר אויף מורה הלכה בפני רבו, איז ער דען נישט בגדר אז ער איז עובר אויף די הלכה אז חכם שאסור אין חבירו רשאי להתיר, איז עס דען נישט - איך וויל נישט זאגן ווערטער פון עזות און חוצפה, אבער איז עס דען נישט דאס!!! איז עס דען נישט פארגרייזטע מדות פון קאפ ביז פוס? איז עס דען א מהלך
קומט מען איך בין אויך דא צום טיש, ער איז א פוסק און ער קומט, און מען טוט נאך איפארטירן פוסקים פון ערגעץ אנדערש, ניטאמאל פון די געגנט, ער איז א יורד בנכסי הגר און מען קומט זיך פונדערווייטנס דא אריין צו אונז זאגן וואס מען האט דא צו טוהן, מחזק זיין יא מאכן אן עירוב, ווער האט דיך געפרעגט, וואספארא רעכט האסטו צו זאגן א דעה
ווער איז דארט געשטאנען און מחזק געוועהן די פורקי עול, דע חברה, דע חברה די יחידים וואס האבן געמאכט דעם עירוב וואס זענען לוחם יא צו גיין, די עזות פנים'ער, און איך ווייס נישט, ווער ווייסט וואו געזונקען זיי זענען.
איך האב זייער מורא אז די משפחות די אנפירערס פון דעם עירוב, די וואס טראגן בעזות וחוצפה זיך צו רייצן, אזוי ווי עס שטייט ביי דתן ואבירם, יצאו ניצבים, ווי רש"י זאגט בקומה זקופה לחרף ולגדף זענען טיף טיף געזינקן אין קדושה, עס איז סאך מער ווי דעס וואס מען זעהט, עס איז נישט מעגליך אז אידען וואס זענען אפגעהיטן בצניעות בקדושה ובטהרה, מען פירט א ערליכע שטוב, מען היט זיך אויף די אויגן, מען היט זיך אויף איסורי יחוד, מען היט זיך אויף אלע הרחקות פון עריות איז דא די מדה פון בושה, קען מען נישט זיין אזא מין פרעכער עזות פנים, און גיין טראגן און וויי טוהן פאר אידישע קינדער.
ווען די גייסט אויף די גאס און די זעסט איינעם מיט לאנגע פאות ביז צו די קניען צו מיט ווייסע זאקן צו מיט שווארצע זאגן, און צו מיט א ספאדיק צו מיט א שטריימל, און די זעסט אז ער טראגט, זאלסטו זיך נישט אפשרעקן... די שרייסט אויף א פראסטן יונגאטש! זאל זיך דיר דאכטן אז די שרייסט אויף א "מילך קעסטל"!! זאל זיך דיר דאכטן אז די שרייסט אויף א "צוויי פיסיגן בהמה"!! און די שרייסט גיי דיר פון דא, שבת קודש,
לשמוע הדרשה אפשר לשלוח 3$ על האדרעס:
Vaad Mishmares Hashabbos, 193 Hooper Street, Broolkyn, N.Y. 11211
או על הטעלעפאן: 7194-990-212
זאל קיינער נישט מיינען אז עס איז לאחר יאוש, ס'איז נישטא אזא זאך ווי יאוש!!!
 |
|
|