בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

וויפיל אחריות ליגט אויף די מנהלים?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/9/2005 06:32 לינק ישיר 
וויפיל אחריות ליגט אויף די מנהלים?

ווער עס פארמאגט נאר הענט און פיס און א ניק אין דער זייט האט די מעגליכקייט ארויפצושטעלן דא וואס זיין הארץ באגערט, און ווען עפעס דרוקט גאר שטארק איז דא א גוט מקום עס ארויסצושפייען. דאס איז פאר זיך גארנישט קיין פראבלעם, אבער ווען מען הייבט אן צו שרייבן און אראפרייסן מענטשן איז שוין א באזונדערע פרשה.

אט למשל האט איינער טענות אויף ר' יודל גרובער.
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1562716

איך קען דעם איד שוין א שיינע פאר יאר, און כאטש מיין באקאנטשאפט מיט אים איז געווען ווען ער האט נאך געטראגן דעם טיטול מנהל התאחדות הרבנים, און זייט ער איז באגאנגען זיין נארישער אקט און האט דאס אראפגעווארפן פון זיך, האב איך אים קוים געזען, קען איך נישט גלייבן אז ער טויג אפילו צו דעם וואס מען האט דארט געשריבן.

איז מיר קשה וויפיל ברויך דער מנהל פון אזא ברייטער פארום נאכגיין דער אמת פון איינעמס פאנטאזיע וואס גלוסט זיך צו באגראבן א איד? וואס האלט דער עולם דא?

איך זאג נישט אז עס איז א פאלשער בלבול. ביי מיר, ווען איינער טראגט דעם טיטול רבי איז ער שוין חשוד אז ער טויג נישט. ליידער, ווי דער מצב האלט היינט. אבער דאס אז עס איז פאראן עטליכע ניקס וואס מעגליך אז א צאל פון זיי זענען באהאלטן אונטער איין פרצוף מיינט נאכנישט אז דער איד איז ווערד ארויסגעווארפן צו ווערן פון קהל.

זייער מעגליך אז איך בין נישט אינפארמירט מיט דעם ענין וואס רופט זיך ר' יודל גרובער, אבער נישט דאס איז דער נושא דא.

וואס מיינט איר, וויפיל ליגט אויפן מנהל נאכצוגיין א מעשה וואס ווערט דא געשריבן?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/9/2005 06:59 לינק ישיר 

דיפלאמאט
אזוי ווי די ביסט א דיפלאמאט פארשטיי איך דיר אז די גייסט אויף א דיפלאמאטישע וועג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > וויפיל אחריות ליגט אויף די מנהלים?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext