טייערע חברים כל אחד בשמו יבורך,
ראשית כל, וויל איך מפייס זיין די אלע וואס זענען באליידיגט געווארן פערזענליך פון מיינע ווערטער דורכן יאר, סיז נישט קיין סוד איך האב זייער א שטארקע פעשן און מיינונג צו איין צד פון די סאטמארע מחלוקה, אהרוני בלע"ז, אבער די וואס קענען מיך פערזענליך, און סיז דא א היפש אפאר וואס קענען מיך, ווייסן אז ווען איך רעד צו א מענטש א בשר ודם, פעיס טו פעיס, וועל איך קיינמאל נישט וויי טאן אדער זיין דיסריספעקטפול, נישט קיין נפק"מ צו וועלעכע פארטיי ער באלאנגט, איך וואונטש קיינעם נישט קיין שום שאדן אדער צער, די אלע טענה'רייען דא זענען בלויז אנאנימעס ניקס, און איך האף באמת אז קיינער איז נישט באטראפן געווארן. אויב יא, בעט איך ענק איבער, און זאגטס מיר וואס איך זאל מתקן זיין.
העווינג סעד דעט, וויל איך וואונטשן א זיס לעכטיג יאר פאר אלע גולשים וכל חיניכיו וכיניו,
קודם פאר מיינע סאטמארע קאלעגעס, איחודמעמבר, קעי.דזעי.פייערמאן, שורשנגח, זאליוועקי, יוסף90, למיניהם, וויל איך וואונטשן אז מיר אלע זאלן שוין זוכה זיין צו שלום ושלוה בתוכינו, דער אייבישטער קען אלעס, אפי' ווען עס קוקט אויס אזוי פינסטער, אז ס'קען נישט זיין קיין שלום, ותשועת השם כהרף עין, מיר אלע ווילן דאך אז די שנאת חבירינו זאל אפגעטאן ווערן פון אונזערע הערצער, אויב סיז דא שלום, איז בעסער פאר אידישקייט, חינוך, מנוחה הנפש, שמחה, פרנסה, וואס נישט.
איצט פאר מיינע חשובע קאלעגעס מנהלי הפורמים, אלל-ניוס-פיק, דשובוי, פשטידא און ברוקלינער, חוזקו ואמצו, אל תערצו ועל תעזבו!
אויך פאר די אנדערע וועליובל גולשים, באטשי, בןמלך, איגריקע, יוחי, דשיד, יענקיס, למיניהם, שכוח פאר ענקער וויסדעם און אינפוט.
האטס מיר אלע א כתיבה וחתימה טובה, איי לאוו יו!
 |
|
|