ווען איר שרייבט זיך איין ביי
א געוויסע וועבסייט, יאהו, אדער עי או על, האטמעיל, הייד פארק.
ווי אזוי טראכט איר וועגען א ניק?
איז געזעצן יעצט איינער ביי מיר און מיר געבעטן איך זאל עם העלפן עפענען א ניק אויף ה"פ, די ערשטע זאך זאג איך עם, טראכט א ניק נאמען, שוין ער טראכט אהער אהין און גארנישט.
ער דרייט זיך אויס צום ספרים שראנק (שאפע בלע"ז) און נעמט ארויס א ספר און לויט דעם האט ער זיך געמאכט א ניק, איך זיץ און דערשטיק זיך פאר געלעכטער, ער פרעגט וואס לאכסטו? זאג איך עם ס'איז מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן צו זוכן א ניק אין א ספר.
|
|