בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אנטלויפט פון וויליאמסבורג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/9/2005 18:56 לינק ישיר 

האלטס זיך גרויס וועגען שלאגען אידען?

מרשעים יצא רשע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2005 19:22 לינק ישיר 

יוצק צואה רותחת בפיו של אותו רשע.
נישט איך האלט זיך גרויס און נישט איך בין זוכה געווען דיר צו געבען די חסדים. אגב, ער האט דיר נישט געגעבען די האלבע וואס ס'קומט דיר, אנדערש וואלסט דו נישט געזעצען און געשריבען דא..
מצדיק רשע ומרשיע צדיק תועבת ה' גם שניהם. שרון, נתניהו און אלע אנדער אוכלי נו"ט און בועלי עריות האסט דו ליב, נאר פון די עהרליכע אידען אין וויליאמסבורג גייט דיר אויס די אויגען. האסט עהרליך פארדיענט וואס דו האסט נאר באקומען און ס'קומט דיר נאך רעשטע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 19:24 לינק ישיר 

קיינער גראטולירט נישט קיין פעטש געטיילעכץ, קיינער האלט נישט אז דאס איז די מעלה מיט וומסב"ג אז דארט איז דא מער מערכות ווי....??, אבער ווען מ'רעדט פון געשלעגן, דארף מען לייגן אויפ'ן טיש "אלע" געשלעגן, אין אלע שטעט, אויך די פון די מקור מחצבתו פון ראצער, כאן צוה... את הברכה... ווי מ'האלט זיך נאך פעסט אינמיטן שלאגן.
דער גאנצער בליק וויאזוי ראצער האט אראפגעלייגט ווילי אין זיינע אויגן, איז סתם "פרעזדשודיס", און מ'זעט ווי עס ליגט ביי אים באגראבן א טיפע בלינדע האס אויף דעם שטאט, וואס לרוב כאבו האט זיך ווילי פארוואנדלט אין א ריזיגע איבערגעפולטע עיר ואם בישראל, אידן מיט "עכטע" חסידישע לבוש, נישט א לבוש וואס מ'דארף מסביר זיין אז דאס מיינט חסידיש...
און נאכאמאל ווילי איז א שטאט וואס פארמאגט פון "אלע" שיכטן און קרייזן. וואס די אלע זאכן טוט אים זייער וויי, און איך האב מיט אים גרויס מיטלייד...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2005 19:41 לינק ישיר 

ראצער

אם קרית לא שנית

סוטה מז.
ויאמרו אנשי העיר אל אלישע הנה נא מושב העיר טוב כאשר אדוני רואה וגו' וכי מאחר דמים רעים וארץ משכלת אלא מה טובתה אמר רבי חנין חן מקום על יושביו אמר רבי יוחנן שלשה חינות הן חן מקום על יושביו חן אשה על בעלה חן מקח על מקחו

וברש"י

חן מקום על יושביו - ואפילו הוא רע נראה להם טוב:
חן האשה - תמיד על בעלה ואפי' היא מכוערת נושאת חן בעיניו:

איך האב אראפ געברענגט די די לעצטע שורה אויך, כדי לעשות שלום בעולם...

שפת אמת וישלח [תרנ"ב]:
בפסוק ויחן את פני העיר כו'. איתא חן מקום על יושביו כי ארץ ישראל מיוחד לבני ישראל ולאבותינו הקדושים ומצא מין את מינו דכתיב בחר ה' בציון כו' וכתיב יעקב בחר לו בו'. ולכן כתיב לא יטוש את עמו ולא יעזוב את נחלתו כי זה בזה תלוי.

דאס שטיקל שפת אמת האב איך געברענגט להוציא מלבם פון די סאקמערער משיחיסטן אז מען מיינט בעצם וו"ב...

אבער אין מקרא יוצא מידי פשוטו. יעדען געפעלט זיין מקום, די מפרשים זאגן אז דער בוכ"ע האט אזוי געטוהן ווייל ווען נישט, וואלט יעדער געמופט נאר אויף די שיינע פלעצער און די וועלט וואלט נישט געוועהן מיושב. אשטייגער יעדער וואלט למשל געמופט קיין קרוין הייטס און מאנסי וואלט געבליבן ליידיג.

די לומדות איז באדיבות DBS

מיין בחור וואונשט יעצט

א ישיבה וחתינה טובה

נ"ב: איינער איז דא פארהאן אויף דעהם פארום, וואס האט נישט געלערנט דעהם פשוט'ן טייטש פון די ברכה וואס מיר האבן געקריגן"ומקללך אאור" "אורריך ארור" איך וויל איהם אוודאי נישט חושד זיין אז ער גלייבט ח"ו בכלל נישט אין דעהם.

לידיעתך - די ברכה האט אונזער זיידע געוואלט געבן פאר עשיו, איך מיין ער איז אויך נישט געוועהן קיין היימישער...

תוקן על ידי - baachi - 29/09/2005 19:45:58



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 20:02 לינק ישיר 

באטשי, די רעדסט צו דער זאך. טראצדעם וואס איך בין נישט מודה צו אלעם וואס דו שרייבסט.
איך וואוין אין בארא פארק, איך האב זייער שטארק ליב וומסב"ג, פיל מאל בין איך פשוט מקנא אידן וואס וואוינען אין ווילי, אבער איך וואלט דאך נישט געקענט פועל'ן ביי מיר איבער צולאזן מיין גאלדענע ב.פ. און זיך ציען קיין ווילי. איך שפיר מיך פשוט זייער באקוועם דא, און איך האב נאך אלס בעסער ליב "מיין" בארא פארק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2005 20:14 לינק ישיר 

בןמלך,

איך קען דער טרעפן אסאך יידן אין ווילי וואס ווילן לויפן קיין בארא פארק, עס איז פשוט ווייל ביי יענעם איז די גראז... נו זאגטס אלע צוזאמען... גרינער!

תוקן על ידי - דאכענע - 29/09/2005 20:13:08



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 20:47 לינק ישיר 

בןמלך

ביזט נישט מסכים מיט מיר?


טאמער מיינסטו מיט מיינע קשיות אויף ויואל משה

הרבה הרבה יותר ממה שכתבתי לפניכם כתוב כאן. ועוד חזון למועד.

אויב דו וואלסט געהאט אהבת האמת וואלסטו זיך געפרייט מיט די קשיות

בבא מציעא פ"ד

כל מילתא דהוה אמר רבי יוחנן אמר ליה תניא דמסייעא לך, אמר את כבר לקישא? בר לקישא כי הוה אמינא מילתא הוה מקשי לי עשרין וארבע קושייתא - ומפריקנא ליה עשרין וארבעה פרוקי - וממילא רווחא שמעתא, ואת אמרת תניא דמסייע לך?! אטו לא ידענא דשפיר קאמינא?

זעהט אויס אז דעהר וואס האט ליעב ראיות נישט קשיות. איז נישט זיכער ביי זיך אז שפיר קאמינא,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 20:57 לינק ישיר 

אז מיך מעג מען שלאגען ווייל איך האב ליב שרון אין נתניהו אין אלע אנדערע אוכלי נבילות וטריפות אין בועלי עריות,(לפי לשון wassa_dif)
אפשר דארף איך דיר אנפראסקענען פארען נישט וועלען גיין צו א דין תורה ,(אין גורם זיין צו גיין בערכאות)
אדער פארען גיין אין ערכאות העכו"ם?
כמבואר בשו"ע שנקרא "רשע"
דאס איז א קלענערע חילול שם שמים?

נ.ב. אלטץ א יליד ווילואמסבורג ווייס איך גאנץ גוט וואס הייסט "ומקללך אאור" אין שייגעץ ארויס
אין די ברכה וואס דיין נישט היימישער "באטשי" זיידע האט באקומען "ועל חרבך תחיה" איז נאך אקטועל היינט אויך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2005 21:30 לינק ישיר 

בקיצור
אויב איינער טראכט עפעס אויף ווילי קומט זיך יענעם
קלעפ און פראסקעס
100 תגובות
א רפו"ש
ומכלל הן אתה שומע לאו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 21:38 לינק ישיר 

צודיק
איך בין דען געגאנגען בערכאות? איך וויל דיין גיין בערכאות?
אבער אז דו ווילסט מיר אנפראסקען, קום לאמיר אפשטימען א צייט און איך וועל דיר צונעמען די ביינער
גלייך נאך די הייליגע טעג.
נ.ב.
דיין נ.ב האב איך כלל נישט פארשטאנען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 21:57 לינק ישיר 

איין זאך מוז איך מודה זיין אויך ווילי,

סנישטא נאך אזא קליין שטעטל אויף דעם כדור הארץ, וואס זאל פאבריצירן אזוי פיהל נייעס,



















וואס איז 99% קינדערישע בעיבישע שטותים והבלים, און נישט נוגע נישט צו תורה, יידישקייט און נישט צו ישובו של עולם.




















א פלאץ ווי גרויסע דערוואקסענע יידן מיט לאנגע בערד

פארשטעלן זיך אגאנץ יאהר און שפילען קהל, רבי, רב, דין תורה, קנאי, כשרות, צניעות, מחברי ספרים.

און סנישטא ווער סזאל זיי אויפוועקן פון זייערע GAMES.

סהאט אבער די בעסטע גלאט כשרע ענטערטעינמענט VALUE.
און ווער סוואגט זיך צו מאכען א בעסערע פורים שפיהל, קריגט תיכף איין איסור אינטערגעחתמעט פון אלע אקטיארן.

BEST SHOW AROUND

די כתיבה מיילא
די חתימה זאל זיין א גוטע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 21:57 לינק ישיר 

איך האב ליב שרון אין נתניהו?
איך האב ליב אוכלי נו"ט אין בועלי עריות?
די אויגען גייען מיר אויס פון די (ערליכע) אידען אין וויליאמסבורג?

נ.ב. עשיו האט באקומען די ברכה פון "ועל חרבך תחיה"
(עיין בתגובת baachi על זה)

א כתיבה וחתימה טובה, אנטשולדיגט אבער איך שלאג נישט קיין מענטשען אפילו נאך יו"כ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2005 22:17 לינק ישיר 

ראצער, געהערט נעכטן ביים שיעור אין שו"ע הרב.


ווען באבווער רבי איז געשטארבן האט מען זיך גענומען שלאגן.

ווען ספינקער רבי איז געשטארבן האט מען זיך גענומען שלאגן.

ווען דער פאפער רבי איז געשטארבן האט מען זיך גענומען שלאגן.


לאמיר זען וואס עס וועט זיין ווען דער ליבאווישטער רבי וועט שטראבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 22:20 לינק ישיר 

אן אנדערע גירסא:

נאך א מזל ליבאוויטשער רבי לעבט נאך, ווען נישט וואלט מען זיך ווען געהארגעט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 22:56 לינק ישיר 

עפעס שטימט נישט מיט דעהם דשאוק

אין סאטמער שלאגט מען זיך
דער רבי לעבט.

(זיכער ?!)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אנטלויפט פון וויליאמסבורג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.