בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אידן פון ווילי ביי קארליבך שהול סליחות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/9/2005 06:49 לינק ישיר 
אידן פון ווילי ביי קארליבך שהול סליחות



הונדערטע לאפעצען, הורעפאשניקעס און בורדעוואקיצעס וואס דאס לעבען איז זיי לאנגוויילוג און נימוס און ווילען פון גאט ניט וויסען צוליב דעם אדורעך געפאלענעם און פארפוילטער חינוך וועלכע גייט שוין איצט אריבער צום דריטער דור און ווי אויך א אדאנק זייערע רבנים וועלכע מיינען נאר געלט כבוד און real estate און דער יום הדין מיינט גארניט ביי זיי און פארקויפט די נשמה פארן טייוול.



אט די עלעמענטען האבען אונוואדירט אונזער קליין שוהל און זענען זיך צונויף געקומען זונטאג אין די פריע פארטאגס שעה'ן אויפן מאנהעטן אינזעל און זיך געשטעלט זאגען סליחות אויף W 79 ST מיט א זעלטענער ליבשאפט פאר גאט ברוך הוא, צוווישען זיי איז פארהאן אזאלכיגע וועלכע האבען צוויי שווארצע געקראזעלדיג ברייטע לאָקעס הענגען פון די זייטען אבער די בארד איז ווי נעלם געווארן און אפגעפליקט געווארן ביים קצב אין די יאטקע און ווידער אזאלכיגע וואס יעדער מאל וואס דאס לאך אין קאפ עפענט זיך קומט ארויס פון פיסק דאס געמיינסטע ווערטער וואס עס איז פארהאן, מיט אנגעפרעסענע פענעמער אַווי דתן ואבירם'ניקעס, רונדיג און זונדיג.



די סליחות ביי אונץ קהלות יעקב ווי די לעצטע צען יאר - זייט די פטירה פון ר' שלמה זצ"ל - געזאגט געווארן אדורעכען חזן וואס האט גענימען צוויי שטונדען, חזן גרין האט געזונגען די באוויסטע קארליבאך לידער אויף א יעדער שטיקעל מיט אלע קנייטען און די אלע געסט פון צפון ברוקלין - די אזוינע גערופענע ישיבה-בחורים און כולל יונעלייט -ליידאקעס נידערטרעכטיגע פערזאנען האבען דערפילט זייער הארץ און נשמה מיט א געפיל פון גן עדן און געבעטן גאט דער גרויסער מעגליך דאס ערשטע מאל און לעבען .






תוקן על ידי - rotzer - 30/09/2005 6:55:37



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/9/2005 06:54 לינק ישיר 

ראצער, איך ווייס פון א גוטער דאקטאר פאר דיר,

פרעג מיר אן אין תיבה אישית.

מעלד זיך צו מיר באצייטנס פאר ס'איז צו שפעט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 06:56 לינק ישיר 

וליתר שאת ברענג איך דא וואס בןמלך האט געשריבן ערגעץ אנדערש. טייערע ווערטער, אין פינטל אריין:

דא האלט איך טאקע אז דער "ראצער" איז גערעכט, מאה אחוז!
די בעסטע עצה פאר איינעם וואס קומט מארץ הגר, איז, צו זיך אוועקציען פון די מרה שחורה'דיגע וומסב"ג ווי עס וואוינען טויזענטער אידן מארץ הגר - מיט גלאנציגע שיך - אינאיינעם, און גאנצע געגענטער איז כמעט ריין פון גויים, מ'זעט כמעט נאר אידן פאר די אויגן, און עס זענען דארט דא שולן און מוסדות פון אלע סארט שיכטן און קרייזן ווי סאטמאר, סאטמאר, סאטמאר, בעלזא, בעלזא, קלויזנבורג, קלויזנבורג, גור, מיר, באיאן, פאפא, קאשוי, טאהש, וויען, ספינקא, ספינקא, ספינקא, אגודה, נדבורנה, קראלי, ועוד...
און זאלן זיך אלע אריבערציען צו די לעבעדיגע לעכטיגע פרייליכע שטאט "קרוין הייטס", ווי עס וואוינען נישט דוקא אידן מארץ הגר, ליבערשט איז דאס פול מיט רוסישע אדער אוקריינישע, און אידישע אימיגראנטן פון אלע דריטע וועלט לענדער. ספעציעל איז שטארק אנזעעבאר די נישט אידישע געשמאקע שכנים, וועלכע זענען טונקל (נישט ח"ו מרה שחורה) און זיי זענען די מובחרי יוצאי ארצות האפריקא וגם מארץ האיטי הנודע לשבח ולתהלה, וקצת מארץ גואטאמאלא והגלילות.
אויך איז דארט א גרויסע מעלה וואס לפי דברי הראצער איז געפערליך אין וומסב"ג, דאס צוטיילונג און פארשידנארטיגע מיינונגען, ווייל אין קרוין הייטס זענען ממש אלע דבוק איינער אין צווייטן בלב ונפש, און אלע זענען מיט אלעם ביי די זעלבע מיינונג, אלע האלטן מיט אלעם דאס זעלבע, למשל משיחיסטן מיט אנטי משיחיסטן זענען גאר שטארק באחדות, דוברי אידיש ורוסיש זענען גאר שטארק צופרידן מיט די וואס זענען דוברי רק עברית, וכדו', דאס אחדות איז דארט א מוסטער פאר כלל ישראל (ח"ו).
אויך איז דארט דוקא דער דגוש נישט אזוי שטארק אויף SUV'ס כאטש עס פעלט נישט דארט פון דעם, דארט פארן די חסידישע אידן פונקט אזוי מיט ספארטס קארס אדער צומאל מיט מאטאר סייקלס, אויך איז דארט נישט דא די "פרעשער" פון אזויפיל טויזנטער און טויזנטער אידן אויפן קאפ, חוץ פון דאס וואוינען אידן מיט שחורים צוזאמגעמישט ווי א קוגל, איז דארט ב"ה א פלאץ וואס שטייט שוין ביי זעלבע מינימאלע צאל משפחות פאר די לעצטע 20 יאר, בערך טויזנט פאמיליעס, העכסטנס איז דאס נאר פוחת והולך - כפרי החג.
איך יאג זיך מוראדיג, איך דארף שוין ענדיגן. ווער עס האלט אז איך בין אפשר נישט אזוי גערעכט, זאל ביטע מגיב זיין.
אנטשולדיגט אלע אז איך האב אזוי מקצר געווען במקום שאמרו להאריך, איך האב נאך זייער אסאך געבליבן אין מיר.
ועוד חזון.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 12:08 לינק ישיר 

יצא המרצע מן השק. דו ביסט א קארלבאכניק!
דאס, אזוי ווי דיין שרייבען, ווייזט אויף דיין סטאביליטעט, דיין גזעזסענקייט און נארמאלקייט. אבער דארט וואו דיין "רבי" האט ליב געהאט יעדער און געקושט יעדער, אפילו מענער! ביסט דו נאך מער פאר מרה שחורה'רעט ווי איינער פון זיינע ניגונים.



תוקן על ידי - allnewspic - 30/09/2005 13:08:03



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 15:11 לינק ישיר 

הלואי ווען אהרן וואלט זיך ווען געגאנגען לערנען ביי ר' שלמה קארליבאך, סיי וויאזוי צו זינגען און סיי וויאזוי ליב צו האבן א צווייטען איד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 16:17 לינק ישיר 

לקיים מה שנאמר: ראצער כצבי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 16:43 לינק ישיר 

ראצער

אז איר זענט א קארלבאכניק, איז מיר א גרויסע וואונדער
ווי איז אייער "אהבת ישראל" וואס אייער רבי האט גיהאט צו די אידען פון "צפון ברוקלין"
איך האב גיהערט אז ער פלעגט אראפ קומען קיין וויליאמסבורג זינגען צוזאמען מיט חסידישע אידען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/9/2005 16:52 לינק ישיר 

אשרי חלקי וואס די שונאי ישראל האבען מיר אויך פיינט
I MUST BE DOING SOMETHING RIGHT
א כתיבה וחתימה טובה לכל בנ"י בכל מקום שהם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/9/2005 20:06 לינק ישיר 

דער גרויסער ראצער, זעט אויס צו זיין א צעמישעניש פון חב"ד און קארליבאך, א זעלטענע קאמבינאציע...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/9/2005 21:13 לינק ישיר 


וואס איז דא דער פערזענליכע אטאקע אויף א ספעציפישע ניק?

ער האט איינעם דא (חוץ אויב אייער ניק האט א רונדיגע זונדיגע פנים'ל...) פערזענליך געטשעפעט?

איז איינער דא חולק אז געוויסע רבנים (פאר יעדען איינעם דא א אנדערע קבוצה...) זיכען נאר געלט און כבוד?

ס"ה, באזינגט ער געוויסע מענטשען פון צפון ברוקלין וואס האבען זיך אריבער געכאפט קיין קארלעבאך אויס הערען דער סליחות... פארוואס זאלען די מגיבים דא איבער מיר פילען בכלל ווי ער רעדט צו זיי?

אתמהה!






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 21:25 לינק ישיר 

ראצער

ערשטנס ווי קומסטו צו פארשטיין אידן וואס זייער פאליטישער מיינונג איז, פון זייער לבוש?

זענען דען אלע אין וויליבי מעור אחד?
זענען דען אלע פארפוילטער ריעל עסטעטניקעס?
דו שרייבסט דאך ווי א פאלנער אנטיסעמיט!

ווען דו וואלסט איין מינוט געטראכט וואלסטו דאך פארשטאנען אז דער עצם ענין וואס זיי קומען צו א קארליבאך שוהל זאגן סליחות, קעגען זייער סביבה'דיגע דיגע הסכמה - ווייזט דאך כמאה עדים אז זיי זענען בכלל נישט די פארמאכטע פינסטערע קלעריקאלן וואס דו האסט זיי אזוי.

דיין שנאה פירט דיך ארויס פון דעהם ביסל שכל וואס דער אייבירשטער האט דיר געשאנקען

והשנית ווי קענסטו זיך בארימען מיט "א זעלטענע ליבשאפט צו גאט ב"ה", ווען דו האסט אזוי פיינט זיינע קינדער?

איך מיין אז דו ביזט WASSA DIF?

נתגלה העטרה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 21:38 לינק ישיר 

ראצער, די גייסט אויפן גוטן וועג.



שלמלה איז אויך געווען א כבדניק, ער איז געווען א תלמיד פון ר"א קאטלער ז"ל, און די כבצקער האבן אים פארכאפט און געמאכט פאר א מקרב רחוקים, ומרחק קרובים. און ער איז געווארן וואס ער איז געווארן.


אין הימל וועסטו זוכה זיין צוזיין אין זיין היכל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 22:59 לינק ישיר 

baachi
קען זיין איך בין א ראצער אבער נישט דער ראצער.
א שאד מ'האט מיר אויסגעמעקט א שיינעם תגובה.
נתגלה העטרה? ביסט א מוהל?

תוקן על ידי - wassa_dif - 30/09/2005 23:01:04



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 23:25 לינק ישיר 

שוין ווידער מיט די קינדערישע פאנטאזיעס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/10/2005 05:04 לינק ישיר 

די ראטצער געב דא א קוק וועסטי זען ווער דיין טייערע שלמלע איז געווען

http://www.rickross.com/reference/lubavitch/lubavitch12.html



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/10/2005 05:21 לינק ישיר 

יצמח



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אידן פון ווילי ביי קארליבך שהול סליחות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext