בית פורומים באבוב

ברוכים הבאים צו אלע חשובע געסט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/10/2005 19:32 לינק ישיר 
ברוכים הבאים צו אלע חשובע געסט

ברוכים הבאים צו אלע חשובע געסט פון אויסלאנד,

וואס איז די ריכטיגע ברוכים הבאים וואס מען געט אין 48 פאר געסט וואס קומען אויף יו"ט (להערה בעלמא איז וויכטיג אנצומערקען אז די טיקעטס גיסען זיך ווי וואסער אין 48, אין מען טוט אלס וואס מען קען טוהן אבי עס זאל זיין אן עולם גרעסער ווי אין 45, עכ"פ האבן זיי געשלעפט מענטשען וואס זענעען ביי ב"צ'ס טאטע קיינמאל נישט געוועהן לדוגמא חיים פ. וואס האט זיך געדרייט אין מאקאווא, און שלמה א. פון קרית באבוב, וואס איז א בוהושער חסיד און איז נאך קיינמאל נישט געוועהן אין באבוב, און אילן ב. מחסידי גור וואס וואוינט אין קרית באבוב, אבער דאס איז אלס נישט וויכטיג אבי מען וועט שפעטער קענען זאגן אז מען האט געהאט א ריזיגע עולם, עס האט שוין נעבך א פנים אזויווי ספינקא ארה"ב וואס צאלט טיקעטס פאר פרעמדע בחורים צו קומען פון א"י אבי מען זאל האבן חסידים), לעניני וויל איך צו קומען צום קבלת פנים וואס מען האט געגעבן דעם שבת אין 48 פאר די געסט וואס זענען געקומען אויף ר"ה.

ווי פארשטענדליך אין יעדער חסידות וויל מען ווייזען פאר געסט די נקודות וואס די חסידות צייכנט זיך אויס אין, און היות אין 48 איז די גולת הכותרת פון די עבודה דעם ענין פון מרחק זיין מענטשען און פון שנאת חינם, (דלא כשהתנהג אביו וואס ביי אים איז די גולת הכותרת געוועהן פונקט פארקערט אהבת ישראל וכו', אבער מען מאכט נאר נאך דעם טאטען ווען עס איז גוט פאר זיך), האט מען געוואלט זיכער מעכן אז אלע געסט ווייסען וואס טוט זיך דא אין 48, האט מען מקיים פסק געוועהן מיט הרב שלמה זלמן גארדאן שליט"א, ער איז געקומען אויף א קידוש צו ר' משה יואל ג. וואס האט אים געלאדענט, איז ער אריין געקומען אין ער האט געזעהן ווי עס שמועסן צוויי אידן אין ער איז צו געגאנגען זיי זאגן שלום עליכם, אין איינער האט געענטפערט, אין איינער האט זיך אוועק געדרייט אין דאס איז געוועהן נפתלי ר. צ. דער נייער עומד בראש המתיבתא, (און א זון פון ש"צ וואס ער פלעגט ארויס געבן די קובץ כרם שלמה ביז פאר פינף יאר צוריק אין האט אויף געהערט ווייל ער האט נישט געהאט קיין געלט ווייטער ממשיך צו זיין, און ב"ה יעצט איז דא א שפע פון געלד גייט ער עס אנהייבן נאכאמאל ארויס צוגעבן (דאס איז זיין תירוץ פארוואס ער האט נישט ארויס געגעבן ביז יעצט, הגם אונז דארפן נישט קיין תירוצים אבער אזוי זאגט ער) און אויך איז ער א ברודער פון משב"ק).

דערנאך איז צו געקומען צו אים י. א. וואס ער איז א טאטע פון ש. א. (וואס ער איז געוועהן ממחברי האמת עד לעצמו, און ער פירט אן מיט די קאורט קעיסעס און איז אפילו מיט געקומען אין קאורט, און כפי הנראה איז ער אויך דער כותב אויף הייד פארק מיטן נאמען TRUEMAN1) און האט אנגעהויבען צו שרייען אז ער זאל ארויס גיין און הרב ש"ז האט געשמייכעלט און געשאקלט מיטן קאפ מיט אן איידילקייט אזויווי עס פאסט פאר חסידי 45, און כמה וכמה מענטשען האבן זיך געבעטן ביי י. א. (נאר אנצומערקן אז דאס איז נישט סתם קיין יענקי ש. דאס איז שוין א עלטערע יונגערמאן) אז ער זאל אויפהערן און ער האט בשום אופן נישט געוואלט, אין דערווייל איז אים געקומען צו דער האנט המחוצף הידוע לשמצה מ. ג. בעל הפורום המנובל באבוב בתפארתה, און ער האט אויך אנגעהויבען צו שרייען אז ער זאל ארויס, און אויף אים האבן אויך אסאך מענטשען געשריגען אז ער זאל אויף הערן (כידוע איז רוב פון ביהמ"ד אקעגן דעם גאנג פון מרחק זיין מענטשען), אבער אין קול ואין עונה, (וויכטיג צוצולייגען איז אז ב"צ איז דארט געוועהן בשעת מעשה) און ר' ש"ז איז ארויס פון דארט מיט בושות און חרפות, ווער וואלט זיך אמאל געקענט גלייבן אז דאס וועט געשעהן אין 48 בבית מדרשו הגדול אשר שם שפך שיח, און מיט וואס גייען דיע מענטשען צו צום נייעם יאר, ווען אלעס איז היפך רצונו פון טאטן, און מיט וואס א הארץ גייט מען דאוונען פארן עמוד און קרעכצן ביי וזוכר חסד"י אבו"ת, ווען מען איז ווייט פון א נגיעה בדרכיו.

ווען רבינו המהר"ש קוקט אראפ פון הימל אויף 48 לאזט ער א טרער אין זאגט בנים גידלתי ורוממתי והם פשעו בי



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2005 00:44 לינק ישיר 

ווער איז ש.א



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > ברוכים הבאים צו אלע חשובע געסט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext