לאמיר זיך אומקערן ברידערלעך...
לאמיר זיך אומקערן ברידערלעך, צוריק צו דעם ריכטיגן וועג...
שטייענדיג אזוי בלויז איין טאג אוועק צום פארכטיגן טאג פון ראש השנה, כאפט אן א פחד און א שוידער, כי הוא נורא ואיום... כבקרת רועה עדרו, מעביר צאנו תחת שבטו, כן... עס איז זייער שרעקעדיג, מ'גייט יעדן אפירנעמען פון אויבן ביז אונטן דורך און דורך...
יעדער וויל פארשריבן ווערן אין דעם ספר החיים, יעדער וויל פארשריבן ווערן אין ספר פרנסה וכלכלה, געזונט, נחת, און נאר גוטס.
אפשר איז א גוטער געדאנק פאר אלע גולשים, צו מאכן א שטיקל "שביתה", א כאילו-סטרייק, און זיך אביסעלע איינהאלטן פון שרייבן און ענטפערן דא אויף היידפארק, כאטש ביז נאך יום כיפור הבא עלינו לטובה. אדער לכה"פ זיך ארום טענה'ן ווייניגער ווי א גאנץ יאר, און שפענדן מער צייט אויף הייליגקייט, צו זאגן תהלים, לערנען אביסל הלכות החג בחג, אביסל מוסר, א שיעור אין גמ' תוספות.
איך וועל מיך משתדל זיין אי"ה גארנישט צו שרייבן בל"נ ביז נאך יוה"ק, חוץ אויב עס וועט זיין גאר וויכטיג....
איך בעט אנדערע זאלן מיר נאכטוהן, און די זכות זאל אייך אלע ביישטיין פאר כתיבה וחתימה טובה, שנה טובה ומתוקה, ושנת גאולה וישועה.
 |
|
|