בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

דף היומי הייבט אן עירובין דעם פרייטאג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/10/2005 05:10 לינק ישיר 
דף היומי הייבט אן עירובין דעם פרייטאג

א גרויס חלק פון ערליכע אידן שומרי תורה ומצות גרייטן זיך די טעג צום סיום פונעם צווייטן מס' אין ש"ס, אין די מסגרת דף היומי. און פילע אידן וואס האבן נישט אנגעיאגט אדער זענען דורכגעפאלן אינדערמיט האבן איצט א פרישע געלעגנהייט זיך מיטצוכאפן און אנהייבן מס' עירובין, וואס גייט זיך אנהייבן דעם פרייטאג.

עס איז קיין צופאל אז אין די טעג פון עשרת ימי תשובה ווען אידן איבעראל זוכן זכותים, פאלט אויס אזא זעלטענע געלעגנהייט און מ'וועט זיך קענען אנשליסן אין אזא דערהויבענעם זאך אין וואס אזויפיל אידן יראים ושלמים זענען אנגעבינדען איינע אין צווייטן.

די מעלות דערפון איז נישט דא דער פלאץ און צייט דורכצושמועסן. איך האב זיך נאר געוואלט כאפן א זכות אום מוצאי יו"ט און אפשר וועט זיך דא טרעפן ווער עס וועט אויסנוצן דעם מעגליכקייט און שכל אנצוהייבן מיט א ברען דעם לימוד דף היומי.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/10/2005 08:54 לינק ישיר 

האט דאס עפעס א שייכות מיט די מסכת עירובין וואס מען איז עוסק אין וויליאמבורג די לעצטע צוויי יאר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/10/2005 00:35 לינק ישיר 

סאטמאר הייבט אן היינט כאילו אז מלערענט א טאג פריער הייסט עס נישט ווי מאיז ציזאמען מיט זיי....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/10/2005 15:38 לינק ישיר 

ס איז איינער אריין גיגאנגען און אסטאר פון ספרים

און גיבעטין א סאטמער ש"ס

פרעגט דער מוכר ספרים וואס הייסט א סאטמער ש"ס

זאגט דער קונה אש"ס אהן דף היומי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > דף היומי הייבט אן עירובין דעם פרייטאג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext