דף היומי הייבט אן עירובין דעם פרייטאג
א גרויס חלק פון ערליכע אידן שומרי תורה ומצות גרייטן זיך די טעג צום סיום פונעם צווייטן מס' אין ש"ס, אין די מסגרת דף היומי. און פילע אידן וואס האבן נישט אנגעיאגט אדער זענען דורכגעפאלן אינדערמיט האבן איצט א פרישע געלעגנהייט זיך מיטצוכאפן און אנהייבן מס' עירובין, וואס גייט זיך אנהייבן דעם פרייטאג.
עס איז קיין צופאל אז אין די טעג פון עשרת ימי תשובה ווען אידן איבעראל זוכן זכותים, פאלט אויס אזא זעלטענע געלעגנהייט און מ'וועט זיך קענען אנשליסן אין אזא דערהויבענעם זאך אין וואס אזויפיל אידן יראים ושלמים זענען אנגעבינדען איינע אין צווייטן.
די מעלות דערפון איז נישט דא דער פלאץ און צייט דורכצושמועסן. איך האב זיך נאר געוואלט כאפן א זכות אום מוצאי יו"ט און אפשר וועט זיך דא טרעפן ווער עס וועט אויסנוצן דעם מעגליכקייט און שכל אנצוהייבן מיט א ברען דעם לימוד דף היומי.
|
|