| נשלח ב-6/10/2005 18:34 |
|
| |
פארוואס פארט מען צו די רבי'ס ראש השנה?
איך שרייב דאס פאר א דשוק, אבער עס איז דא אין דעם א סאך אמת.
פון די גרעסטע עוולות פון חסידים היינט איז, אז מען טוט זיך אריין אין גדלות פון רבי'ן און מען פארגעסט פון אייבערשטען.
היינט איז יעדער רבי א "מלך", מען רופט א רבי'שע הויף "מלכות". און דער רבי האט אלע כוחות פון א מלך: פורץ גדר וכו'
איז כדי דאס מתקן צו זיין פארט מען צום רבי'ן אויף ר"ה און אלע צוזאמען שרייען "המלך" צום אייבערשטען, צו זאגען אז אתה והרבי חייבין בכבודי.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2005 20:46 |
|
| |
עס ווערט געברענט אין שולחן ערוך אין אויך אין אלע חסידישע ספרים,
אז ימים נוראים זאל מען פארן צי א ערליכע איד ער זאל זיין א מליץ יושר טון נאכדערצו אז ער איז די בעל תפילה וואס סאיז מאורדיג חשוב,
תוקן על ידי - אזלא_גרש - 06/10/2005 20:45:44
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2005 20:57 |
|
| |
אפילו צו א נישט-לעבעדיגע רבי איז א גרויסע ענין צו פארן.
אין אומאן איז דעיס יאר געווען בערך 18,000 יודן. חסידים און נאכפאלגער פונ'ם ברעסלעווע רבי ר' נחמן זי"ע. זאלן זיי האבן געפועלט אלס גוטס. פאר זיי און פאר גאנץ כלל ישראל.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2005 22:15 |
|
| |
הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר שליט"א, האט נאכגעזאגט דעם א' סליחות, אז עס שטייט פון חתם סופר אז אויב מען דאווענט צוזאמען מיט א צדיק ווערן די תפילות ענדערש אנגענומען, אזוי ווי מען זעט אז חנה איז געגאנגען מתפלל זיין נעבן עלי הכהן.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2005 17:15 |
|
| |
יאנקי
וואס איז דיין מקור צו פארען צו א נישט לעבעדיגער רבי אויף ראש השנה?
איך שמועס נישט פון ברעסלב וואס האבען אזא מסורה פון ר' נחמן.
|
|
|
|
|