PIAMENTA
יאסי פיאמאנטע וואס האט אנגעהויבן זיין קאריערע אין די זיבעציגער יארן און געווען פון די גרעסטע איזראעלי בענדס אין יענע תקופה, האט דעמאלס מחליט געווען צו ווערן א פרומער איד און צוזאמען מיט זיין ברודער אבי זענען זיי געקומען קיין חב"ד אין אמעריקא און געווארן בעלי תשובות
זיי האבן צוזאמען אנגעהויבן א נייע אייגענע בענד, יאסי אויפן גיטאר, אבי אויפן חליל (flute), מיט נאך אפאר חברה האבן זיי מצליח געווען צו ווערן וועלט באוואוסט אדאנק זייער מוראדיגען חוש אין מוזיק, אפאר יאר צוריק האט די פאפולער גויאישע billboard מאגאזין גערעיטעד יאסי # 8 אויף די ליסט פון די וועלטס בעסטע גיטאריסט, זיי האבן אים א נאמען געגעבן די "חסידישע הענדריקס", hendrix איז פון די גרעסטע גויאישע גיטאריסטס
זייערע טעיפס זענען פארשטייט זיך נישט וואס אונז רופן חסידיש, און עטליכע פון זייערע ניגונים זענען באקאנט אלץ עכט גויאישע ניגונים וואס מהאט ארויפגעלייגט אויף אידישע ווערטער, אבער זיי פארמאגן א געוויסע אייגנארטיגע סטייל וואס מהערט נישט נאר ביי זיי, קיינער לייגט נישט אזוי גיט אראפ א דעבקע אדער א איזראעלי הארא, אבי פיאמענטאס הארציגע סאלא שטיקלעך איז אויך א שם דבר
דא איז זייער סייטס:
http://www.piamenta.com/
http://www.avipiamenta.com/
 |
|
|