בית פורומים באבוב

די פייערדיגע דרשה פאר די תקיעות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/10/2005 04:05 לינק ישיר 
די פייערדיגע דרשה פאר די תקיעות


רבינו שליט"א האט פאר די תקיעות געהאלטן אן קורצע דרשה, איך וועל שרייבן לויט ווי איך געדענק:

ביי אונז און ביי אונזערע רבי'ס איז נישט געווען איינגעפירט צו האלטן קיין דרשות פאר די תקיעות, אבער די יאהר פיהל איך איז אנדערש, אין ס'איז מער אן בקשה און תחינה פינם בורא עולם, די יאהר יאהר האבן מיר פארלוירן כ"ק רבינו זצ"ל הכ"מ, אין ביז היינט האבן מיר געהאט דעם רבי'ן ז"ל וואס ער האט מעלה געווען אונזערע תקיעות, און אויפגעטוהן וואס מען דארף אויפטוהן, אין ווי עס שטייט אין ספה"ק אז דער ענין פין תקיעת שופר טוט דערמאנען די מסירת נפש וואס יידן האבן צום באשעפער, און ממילא ביז היינט האבן מיר געהאט דעם שווער זצ"ל וואס ווי אלע ווייסן איז ער דאך געווען אן מוסטער פאר מסי"נ און אוודאי האט ער דאך געקענט מעלה זיין די תקיעות, אבער יעצט ווער וועט אונז מעלה זיין די תפילות? ווער וועט זיכער מאכן אז די תקיעות זאלן אויפטוהן וואס זיי דארפן אויפטוהן?
יידן דארפן ישועות! יידן דארפן גיטע פרנסות! משפחות דארפן זיך האלטן צוזאמען! די שווערע ווינטען פין די גאס רייסט דאך אוועק יידישע נשמות! ווער וועט דאס אללעס פאר אונז אויספועלן? האב איך געטראכט אז אזוי ווי מיר האבן זיך דאך צוזאמען גענומען צו גיין בדרכיו פינ'ם שווער זצ"ל איז בעט איך פינם גאנץ עולם, אז בשעת די תקיעות זאל זיך יעדער אינטערנעמען דאס ענין פין מסירות נפש, און טראכטן און באשליסן אז מ'איז מוכן זיך מוסר נפש צו זיין פארן אייבערשטן, אין בזכות די גאנצע ציבור און בזכות די מסירות נפש וועט בעזר השם אויספועלן וואס מען דארף, אין די תקיעות וועלן אויפטוהן וואס מען דארף, עביגו"צ


איך קען זאגן מיט א זיכערקייט אז ס'איז קיין איין טריקן אויג נישט געבליבן אין בימ"ד אין יעדער קען זיך שוין פארשטעלן מיט וואסארא ברען אין ווארעמקייט די מוסף האט אויסגעזעהן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > די פייערדיגע דרשה פאר די תקיעות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext