| נשלח ב-11/10/2005 16:31 |
|
| |
ווי דאווענט מען טשיק טשאק ?
יעדע חודש אלול ווען יעדער גרייט זיך צו די נייע יאר בין איך זייער ביזי זיכען א בית מדרש וואס מדאווענט שנעל. איך האב נישט כח צו די לאנגע דאווענען מיט די זינגערייען ספשוט נישט מיין סטייל.... סדא מענטשען וואס זיי ווערען שטארק נתעורר און הייבען אן תשובה צי טין אבער מיר מאכט עס סתם אנגעזעצט און אשטאט איך זאל תשובה טין מיט שמחה ווער איך נאך מער אנגעבלאזען און איך געב אינגאנצען אויף.....וויל איך וויסען ווער סווייסט פין א שיל וואס מענדיגט פרי אז מזאל זיך קענען אפריען אדער לערנען אדער זאגען תהילים און נישט דארפען משיגע ווערען אין בית מדרש. די אמת איז אז מסתם איז דא אסאך אירע וואס זענען אין ב.פ. ווילי אדער ערגעץ אנדערש און זיכען א שנעלע שיל . זאל יעדער וואס ווייסט עפעס דא שרייבען. ממיז נישט שרייבען אז מדאווענעט דארט מקען פלעין שרייבען אז מווייסט פון א שיל וואס מענדיגט פרי. (מזאל אבער שרייבען ווען מהייבט אן אויך)
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2005 16:35 |
|
| |
מעגליך "בעלזא" בתי מדרשים? זיי דאווענען עפעס זייער שנעל, מיט דריי הפסקות אינמיטן טאג, און מ'ענדיגט נאך א האלבע שעה פאר צאת הכוכבים.
מקור, געהערט, און געליינט פון זייער ספר "ביתו נאוה קודש" (עפעס אזוי)
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2005 16:41 |
|
| |
פוילישע שטיבל, כ'ווייס נישט ווען מ'הייבט אן.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2005 18:44 |
|
| |
וואס איז מיט די ותיקין מנין אויף איין און פופציג?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2005 18:47 |
|
| |
אין סאטמאר ראדני האט מען געדאווענט זייער שנעל היייאר ר"ה
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2005 19:18 |
|
| |
אייןסאטמאר האסט א שטיקל טעות, נאר מוסף האט מען שנעל געדאווענט.
צוליבן "כבוד" פון רבינו שליט"א (פונקטליכער, רבינו שליט"א האט אזוי געבעטן, דער גבאי האט זיך געבעטן ביי אים ס'פאסט נישט, מה יאמרו הבריות, אבער דער רבי האט געזאגט, הער מיך גוט צו, דער זלמן לייב, וועסט אים לאזן ביים ברעטל איין מינוט לענגער וועט ער מאכן אזעלכע שוידערליכע גרייזן, צוליב מיין טובה, און די טובה פון גאנץ סאטמאר-ברוקלין, מאך עס איין צוויי...
פון ווי ווייס איך אז דאס איז געווען די שמועס?
פונעם פאקט...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2005 19:31 |
|
| |
יאמאממי
מילא ראש השנה אז דו ווילסט ענדיגן פריער פארשטיי איך דיך אביסל, כאטש איך גלייך דוקא יא לאנג.
אבער יום כיפור, איז מען דאך סייווי א גאנצן טאג אין שול, פרעג נישט וואו מען דאווענט "שנעל" פרעג העכצנס ווי מען דאווענט "שיין".
אויב דו האסט פשוט נישט אויף וואס צו בעטן, קען איך דיר געבן א ליסטע מיט זאכן:
פרנסה בריווח,
קינדער,
ערליכע קינדער
דיינע עלטערן און קינדער זאלן זיין געזונט
זאלס האבן גוטע חברים
זאלסט נישט האבן קיין ציין ווייטאג
דיין קאמפיוטער זאל נישט קראכן נאך אפאר שעה ארבעט
די געז זאל זיין ביליגער
דער סטים זאל זיך נישט צוברעכן אינמיטן ווינטער
קיין פייפס זאלן נישט פלאצן
זאלסט נישט ליידן פון קיין מייז, ראטן, מאסקיטאס
זאלסט נישט האבן קיין גניבות, פייערס, פלאדס,
אויף ביאת המשיח.
איך מיין נישט קיין ווערטל, אויף די אלע זאכן דארף מען בעטן,
יום כיפור איז נאר איין טאג אין יאר, די קאסע איז אפען, זיי נישט קיין בהמה נוץ אויס די צייט... וועסט שוין דאווענען שנעל א צווייט מאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2005 19:37 |
|
| |
יאמאמיי,
די זוכטס א ביהמ"ד אין ב"פ אדער וו"ב ?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2005 19:39 |
|
| |
נאתאן.
א כלל.
א יידישע נאמען איז יוזשעלי א איינוואוינער פון ווילי אדער פון ק"י.
ס'קען זיין א אויסנאם'ס.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2005 19:42 |
|
| |
שוין ווייטער האבען זיך דער משוגעים מיט דער סאטמארע פאליטיק געטראפען ווי זיך אריין צו ריקען...
------------
וותיקון, ענדיקט פרי, פשוט ווייל זיי הייבען אהן אסאך פריער.
א אשכנזישער ליטווישער מנין האבטו שוין אויס געפרואווט?
דארפסט אבער זיין גרייט, צו פארפאסען "כתר".
סטאלין, הייבט נישט אהן צו פרי, מ'דאווענט מיט א מורא'דיגע געשמאק, און יוצרות היפט מען איבער דארט, זינגען אין מיטען דאווינען ווייסען זיי נישט ווי אזוי, ענד דהע ענד ריזאלט איז יור אימעדזשינעישען.
דער גערער שטיבלעך דארפען אויך זיין אינטערעסאנט, טשעק איט אאוט.
דער חבדסקער שטיבעל דא אין באראפארק אויף 47, פלעגט אהנהייבען שפעט, און ענדיגען גאר פרי, עולם הזה און עולם הבא אינאיינעם....
גמר חתימה טובה.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2005 20:31 |
|
| |
גער, און אז דו קומסט שפעט איז גאר גוט
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2005 20:36 |
|
| |
יא טאקע גער.
איך דענק ווען איך פלעג דאווענען אין פוילשע שטיבל.
אונטער פוילשע שטיבל איז גער.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2005 23:37 |
|
| |
יאמאמיי
דיין פראבלעם איז נישט דאווענען שטאט אדער שנעל
דיין פראבלעם איז דאווענען! PERIOD
אידען ווארטן א גאנץ יאהר זיך אויסצוגיסן דאס הארץ פאר'ן באשעפער, און דו גייסט דאס אפ פוטשען?
איך האב מורא אז דו האסט קיינמאהל נישט געזעהן קיין אמתדיגן, אמתדיגן דאווענען, ווי דער בעל שם זאגט בא אל התיבה, אריין צו גיין אינגאנצן אין דעם ווארט פון תפילה,
דו האסט דאס וועסט אמאהל געזעהן איין אמתדיגן דאווענען, ווי א איד (אדער אידענע...) לייגט ארויף דעם מחזור אויף דעהם פנים און ווערט איין שטיק מיט דעהם, איין שטיק תפילה, ווי דהע"ה זאגט "ואני תפילה".
די הערליכע נוסחאות פון די היילגע טעג, דאס עפענט דאך אויף א יידיש הארץ און מאכט דאס ווייך ווי פוטער, מען פילט אז מען האט א נשמה, מען רירט אהן דען חלק אלקי ממעל וואס יעדער איד פארמאגט, ווי קען מען דאס אפכאפן?
און טאמער פילסטו טאקע דאס נישט. ווי שטארק דארפסטו מתפלל זיין "מול את לבבנו לאהבה וליראה את שמך..."
גיי צו ר' ישראל דוד'ס שיעורים פון תפילה - אדער הער די טעיפס, שוין קרוב צו דריי הונדערט שיעורים און האלט ערשט מזמור לתודה.
דו פרעגסט ווי אזוי ווארפט מען אוועק א ירושה.
א כתיבה וחתימה טובה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2005 00:17 |
|
| |
ר' דזשובוי איך הנאה געהאט פון דיין השערה (איז דאס א זאך די נעמסט אין אכט פאר די גיבסט אן אישור?) סתאאאאאאאאאאם
ר' יאמאמיי טאמער דו זוכסט א ביהמ"ד אין ב"פ (ד"ה אז דו גייסט נישט אריין אין די יוז'עלי פונם מנהל) טריי אויס דעם דזשירקער ביהמ"ד אויף 5 דיטמעס עוו. (ditmas). איך האב א שוואגער וואס דאווענט דארט ער טענהט ס'איז שנעל אין געשמאק.
ווי ס'זאל נישט זיין זאלן די תפילות נתקבל ווערען לרחמים ולרצון לפני אדון קול.

|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2005 00:36 |
|
| |
א אידישע נאמען ? ווייל יאמאמיי איז א אידישע זאך ? סשטאמט גראדע פון גוים (איך וועל נאך שרייבען פון ווי איך שטאם א אנדערע מאל....) KJfireman מיט Baachi האבען אבער גיט געזאגט (אבער איך פיל נישט קיין טעם וואס קען איך טין ?)
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2005 01:23 |
|
| |
איך דערמאן זיך פונקט יעצט פון א באקאנטע שמועס צווישען כ"ק האדמו"רים הבית ישראל מגור זצ"ל והאמרי חיים מוויזשניץ זצ"ל
דער א"ח האט געפרעגט דעם ב"י פארוואס מ'דאווענט אזוי שנעל אין גור. די ב"י האט געענפערט ווי א יוד- מיט די קשיא פארוואס אין ויזשניץ דאוונעט מען אזוי שטייט און מלייגט נאך צו צום דאווענען אפאר אוי אוי אוי'ס און וויי וויי וויי'ס. האט די א"ח ג'ענפערט אז ווען ס'קומט אריין א מחשבה זרה אינמיטען דאווענען דארף מען עס פארטרייבען, שטעלט מען זיך אפ א סקונדע מ'צו'וויי'ט זיך אביסל דערנאך קען מען ווייטער דאווענען מיט א קלארע קאפ.
האט די ב"י צוריק געענפערט אז אין גור דאווענט מען גענוג שנעל אז ס'איז נישט דא קיין פלאץ פאר מחשבות זרות זיך ארייצוכאפן... עד כאן המעשה
|
|
|
|
|