אינטערסאנט!
איך האב אינגאנצען פארגעסן פון די עווענט!
ענדליך האט "עפל" איינגעזען איז נישט אלעמאל מוזן זיי זיין גערעכט. וואס הייסט? עפל פלעגט טענה'ן אז א קאמפיוטער איז נישט א מידיע צענטער, דהיינו עס איז נישט געמאכט צו וואטשען טי.ווי. אין ווידיאו'ס, וואס מען האט ליב צו וואטשען פון קאוטש.
אויך האבן זיין געטענה'ט אז א מענטש נוצט נישט דער אייפאד צו קוקן דערויף ווידיאוס, שטעלט אייך פאר אנשטאט צו קוקן ווי מען גייט, קוקט מען אין האנט אריין (חסידיש הא!?).
היינט זינגען זיי אנדערש!
די איימעק!
עס איז געווארן שנעלער.
עס קומט מיט אן "אייסייט" ווידיאו קעמערע אריינגעבויעט, חוץ פון ווידאיו קאנפרענצינג מיט "נאך 3" חברים, מאכט עס אויף בילדער, ריעל טיים פילטערינג, אין וואונדער איבער וואונדער, עס האט א "בילט אין פלעש" אויב די צימער איז טונגעל, ווערט די "סקרין" אין גאנצען ווייס, און באלייכט דאס געזוכט פאר א שיינע לעכטיגע בילד.
אויך קומט עס מיט א "רימאוט" א טעכנאלאגיע וואס רופט זיך "פראנט ראָו", עס זעהט אויס צו זיין בערך אזוי גרויס ווי א "אייפאד שאפל" עס פארמאגט 6 באטענס, (מייקראסאפטס פארמאגט "45") אין ווע מען געט א קוועשט אויפן "מעניו" באטאן קומט ארויף אויף סקריו א הערליכע מעניו וואס נעמט אייך גלייך צו"
- אלע אייערע מוזיק
- אלע אייערע בילדער
- אלע אייערע מאוויס
- אייערע דוו"ד וואס ליגט אינעם "סופערדרייו" (שרייבט דוו"ד'ס).
אלעס פארן זעלבע אלטע פרייז! $1799 דאללער פאר די 17 אינטשיגער און $1699 פאר די 20 אינטשיגער ($100 ביליגער).
די אייפאד!
פיינעלי שפילט עס ווידיאו'ס אויפן ווי. דזשי עי סקרין וואס אגדב איז די אייפאד "אסאך" דינער (מער פון 30 פראצענט). פאר די זעלבע אלטע פרייז.
און פארשטייט זיך אז מט דעם קומט:
אייטונעס 6 וואס מען קויפן דערויף, וודיאוס טיווי שאוס, מיוזיק ווידיאוס, וכו' וכו' פארשטייט זיך קען מען עס דאונלאודן בחינם פון דא:
http://www.apple.com/itunes
פאר די בראודקעסט גייט דא:
http://stream.apple.akadns.net
מען וועט א צוויט מאל מער מאריך זיין:
בכבוד רב
יוסעלע
 |
|
|